האד' מסקאליע וועט אונטערנעמען מסע קודש קיין ארץ ישראל אין שפיץ פון הונדערטער חסידים

מיטוואך פ' תצוה – ח' אדר תשפ"ג

קול בחצרות – ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי סקאליע מיטצוהאלטן דעם מסע קודש וואס כ"ק האד' מסקאליע שליט"א פלאנט אונטערצונעמען דעם קומענדיגן ערב ראש חודש ניסן קיין ארצינו הקדושה בראש קהל חסידיו.

דורכאויס א פולע וואך, אָנגעהויבן פון אינמיטן פּרשת ויקרא ביז אינמיטן די נאָכפאָלגענדע וואך פון פּרשת צו וועט מען מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים בארצינו הקדושה להיפקד בדבר ישועה ורחמים, אין צום הויעכפונקט דער שבת פ' ויקרא וואס דער רבי וועט פראווען אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט קהל חסידיו אין די חסידים אין די בחורי חמד וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל