נייע ישיבה גדולה אין וויזניץ בית שמש

מיט גרויס איבעראשונג האבן חסידי וויזשניץ בית שמש אויפגענומען די בשורה איבער די עפענונג פון די נייע ישיבה גדולה "תורת מרדכי" וואס וועט זיך העפענען לקראת זמן אלול הבעל"ט און וועט שטיין בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אלטץ ר"י וועט דינען הרה"ג ר' בנימים שיינבערגער שליט"א וועלכע האט אויך געעפנט די ישיבה קטנה און געשטאנען בראשותו ביז יעצט. ופרצת ימה וקדמה. אין אנדערע נייעס איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט וויילן אויף שבת פרשת חוקת אין ירושלים עיה"ק בקרב חסידי וויזשניץ אויפן ארט, און וועט אפרעכטן די תפילות און טישן בביהמ"ד וויזשניץ ירושלים אויף רחוב אדוניהו הכהן, ווי ס' וועט פארקומען א שבת אויפרוף פון צווי חסידים.

אויך קהלת וויזניץ-וויליאמסבורג וועט עפענען א נייע ישיבה גדולה 'ישיבת תורת מרדכי' בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וומסב"ג שליט"א. אלס ראש ישיבה וועט דינען דעם רבינ'ס בן יחיד הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל