אסיפת התחזקות אין באבוב-45‎

מטעם קהלת באבוב-45 איז פאררופן געווארן א וויכטיגע 'אסיפת התעוררות' אויף דעם פרייטאג צונאכט'ס ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט אויפטרעטן מיט 'דברי התחזקות' זיך מחזק צו זיין אין די פילע ענינים וואס די חסידים זענען ליידער נתרשל געווארן אין די ימי המגיפה צוליב 'עת לעשות לה' און די מצוה פון 'ונשמרתם'. אויפן רוף פון די קהלה איז יעדע איינציגסטע חסיד אויפגעפאדערט אנטייל צו נעמען ביי די אסיפה אן אויסנאם. מ'וועט דאווענען מנחה ערב שבת אום אכט אזייגער און תיכף נאך מנחה וועט דער רבי אויפטרעטן מיט דברות קדשו.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל