זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN
פארלאפענעם שבת פ' ויגש איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק, כמנהגו פון רבי'ן יאר יערליך צו פראווענען א שבת מיט די חסידים אין בני ברק, די תפילות און טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אויף א געהויבענעם שטייגער בבית מדרשו אויף די בן יעקב גאס אין שטאט, וואו א הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן זיך דורכגעדרייט דורכאויס שבת נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם רבי'ן.