הויפט בלאט באריכט גייסטרייכער מעמד פתיחת שערים וחנוכת הבית פון נייעם פראכטפולער ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל

גייסטרייכער מעמד פתיחת שערים וחנוכת הבית פון נייעם פראכטפולער ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל

געשריבן דורך admin123

פרייטאג פ' ויחי • י"ג טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


אין דער שטאט קרית יואל האט זיך דעם שבת פ' ויגש געעפענט די טוירען פון דער נייער היכל ביהמ"ד "בית ישראל שלום" דקהל יטב לב אין "שכונת ויואל משה", געבויט און אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר דורכ'ן בונה השכונה הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו ע"ש זקינו הרבני החסיד המפו' ר' ישראל שלום גאלדבערגער ז"ל.

די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ברוב עם הדרת מלך, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט זיך אומגעקוקט אינעם נייעם פראכטפולע מקוה אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד, דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פיר חדרי התפילה און די עזרת נשים און דערביי מכבד געווען זיין זון דער סיגוטער רב שליט"א און דער נדבן ר' עקיבא הערש הי"ו צו קובע זיין מזוזות.

דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד המאורע, באלד ביים ערשיינען צום מעמד האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה. עס האט אויפגעטרעטן דעם רבינס זון הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד, און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען א ביהמ"ד וועלכע וועט זיך אויסצייכענען בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה, און אנגעוואונטשן בנו דער רב הביהמ"ד שליט"א און פארן דיין הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א צו קענען מרים זיין כבוד התורה והביהמ"ד, דערביי האט דער רבי מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו וועלכע האט אויפגעבויעט די גאנצע שכונה אריינגערעכנט עטליכע בתי מדרשים אין די שכונה, ועוד ידו נטויה צו בויען נאך און נאך בתי מדרשים, און דאס איז חוץ זיינע פילע נדבות פאר קהילת ומוסדות סאטמאר ברחבי תבל, בנוסף צו זיינע חשובע פעולות ארויסצוהעלפן האלטן די דירות פרייזן ביליג, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת לרוב בכל הענינים.

צום שלוס פונעם מעמד האט הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זיכרון אין אנדענק פון זקינו הרה"ח ר' ישראל שלום גאלדבערגער ע"ה וואס די ביהמ"ד איז נקרא על שמו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00