דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש
א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ.
דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א.
דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט געדאונט שחרית אין ביהמ"ד סקולען און דערנאך אריין אויף א באזוך ביים פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. שפעטער איז געווען א באזוך ביי די פעטערס האדמורי"ם ממחנובקא בעלזא און טשערנאביל, און אויך האט דער רבי מתפלל געווען אויפן בית החיים אין בני ברק ביים אוהל אדמור"י טשערנוביל און אוהל אדמור"י וויזניץ.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום אתרא קדישא מירון. אנקומענדיג ביים שטח פונעם מוסד חסד לאברהם האבן די תלמידים הקרויים בנים אפגעווארט מיט זייערע עלטערן און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און געזאנג. דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, וואו עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסד, איינער פון די הורי התלמידים, און דערנאך א בחור מתלמידי המוסד. צום לעצט האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש באגלייט מיט דברי התחזקות פאר די תלמידים.
שפעטער איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אינעם חצר המוסד מיט אלע תלמידים, נאכגעפאלגט מיט חלאקעס און פרייליכע ריקודין. דאן איז דער רבי ארויף מיט די תלמידים צום ציון הקדוש פונעם תנא רבי שמעון און דארט שופך שיח געווען לישועת הכלל והפרט. שפעטער ביינאכט איז געווען א געלעגנהייט פאר די עלטערן פון די תלמידי המוסד דורכצורעדן מיטן רבי'ן יעדן באזונדער.
דער רבי האט איבערגענעכטיגט בבית האכסניא אין דער דירה פון הרה"ח ר' אהרן ישראל גוראלניק, נאמן ביתם פון אדמור"י סקולען.
ערב שבת קודש נאך שחרית אינעם מערה האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אין ספר אור החיים הק' און ספר ישועת יעקב און דערביי פארטיילט דעם נייעם ספר ישועת יעקב פאר אלע תלמידים. דערנאך איז מען ארויסגעפארן קיין עיה"ק צפת וואו מ'האט מתפלל געווען אויף די ציונים הק' פונעם אר"י הק' און תלמידי הבעש"ט הק' מקום מנוחת קדשם אויפן אור אלטן בית החיים.
דער געהויבענע שבת בצל כנפיו פונעם תנא האלוקי איז געפרוועט געווארן מבואו ועד צאתו גאר דערהויבן. ערב שבת האט דער רבי געדאונט מנחה אינעם בנין המוסד מיט די חשוב'ע בחורים און דערנאך מיטגעהאלטן ווי די בחורים דאווענען קבלת שבת.
ביים זמן רבינו תם איז דער רבי ארויף אין דער מערה און דארט פארגעדאווענט קבלת שבת פאר'ן עמוד אינאיינעם מיט די אריבער הונדערט אורחים הנכבדים וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, צווישן עטליכע בני משפחה, קינדער פון האדמורי"ם מסקולען מאנסי, סקולען לעיקוואד, סקולען ירושלים.
די סעודת ליל שב"ק איז פארגעקומען אין זאל פון מוסדות חסד לאברהם. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן ישראל גוראלניק, מנאמני בית אדמור"י בית סקולען, און ער האט מיט בענעקעניש געשילדערט זכרונות פון די ימים נעלים בצל קדשם פון די סקולענער רביס אין אתרא קדישא מירון.
נאך דער סעודה איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז די פארטאגס שעה'ן. עס האבן זיך אנגעזען ביים טיש הגה"צ המקובל רבי גמליאל רבינאוויטש און די קינדער פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.
צופרי ביים מיטאג טיש האט אויפגעטרעטן הגה"ח ר' מנחם ווייס, ראש ישיבת אושפיצין, רעדנדיג במשנת אדמור"י בית סקולען איבער גודל קדושת התנא האלוקי רשב"י.
מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה אויף א פריוואטן פארנעם מיט די חסידים, נאכגעפאלגט מיט א געהויבענע מעמד ההדלקה.
דורכאויס דעם גאנצן שבת האבן די בחורי המוסד מיטגעהאלטן די געהויבענע טישן וואו דער רבי האט זיך מיט זיי אפגעגעבן מיט א זעלtene חיבה יתירה און זיך ארויסגעלאזט מיט זיי אין ריקודין עטליכע מאל.
זונטאג איז דער רבי ווידער געווען אויף א באזוך בין כותלי המוסד און פארהערט די חשוב'ע בחורים זייערע לימודים. דערנאך איז ער ארויף צום ציון התנא האלוקי מיט די תלמידים, און נאך אמירת תהילים האט דער רבי און אויך יעדע תלמיד באזונדער פארגעליינט בקול די נעמען פון די חשוב'ע נדיבי עם קודש וועלכע שטיצן בקביעות בעין יפה דעם מוסד הקדוש חסד לאברהם אין מירון.
צום שלוס האבן אלע תלמידים געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען פריוואט מיטן רבי'ן און זיך דורכרעדן בעצה ותושיה. דערביי האט דער רבי געשאנקען א ווערדפולע מתנה פאר יעדן תלמיד. די תלמידים האבן דערנאך ארויסבגלייט דעם רבי'ן בצאתו בשלום מן הקודש ווען ער איז געפאָרן קיין עיה"ק ירושלים.
דער שיינער שבת אין אתרא קדישא מירון האט געלאזט גאר א טיפן רושם אויף אלע משתתפים און ספעציעל אויף די תלמידים פונעם מוסד הק' חסד לאברהם.

























































