לכבוד די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל בעל דברי אמונה ביום כ"ז כסליו דעם דריטן טאג חנוכה, האט חתנו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים ברוב עם, בבית מדרשו אין שטאט בארא פארק. דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד נאכן הדלקת נרות חנוכה וואס די רבי האט אפגעראכטן בביתו נאווה קודש.
די רבי האט צוערשט געצינדן ליכט און אנגעהויבן א ניגון שמחה. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט מאריך געווען במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא באגלייט מיט זכרונות און עובדות. די רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו און געוואונטשן א פרייליכן חנוכה פארן גאנצן ציבור.