דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד מלכה, מ. אדלער,JDN
א שיינעם שבת איז געפראוועט געווארן די וואך פרשת ויגש בצל הקודש פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרויסן קבוצה תלמידים וחסידים וועלכע האבן ווי יאר יערליך מיטגעהאלטן דעם שבת עילאה במחיצתו פונעם רב שליט"א, א שבת שכולו עונג רוחני בצל כנפיו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
ערב שבת האט דער רב שליט"א געדאוונט תפילת מנחה ביים קבר התנא רבי יוחנן הסנדלר און דערנאך איבערגעגעבן א שמועס מעניני דיומא, קבלת שבת און מעריב האט מען געדאוונט אינעם מערה פון התנא רבי אלעזר, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין ארום דעם חצר המערה טאנצנדיג 'בר יוחאי' א לענגערע וויילע מיט אן אש יקוד.
די סעודות שב"ק איז אפגעראכטן געווארן אין די זאל פון הרב שטערן בשבת אחים גם יחד, וואו מען האט פאר לענגערע שעה'ן פארברענגט על שולחן מלכים פונעם רב שליט"א, וועלכע האט אנגעפירט מיט די זמירות שבת און משמיע געווען אמרות טהורות מעניני הפרשה ומעניני דיומא.
בצפרא דשבתא האט דער רב שליט"א געדאוונט שחרית כוותיקין אויפן דאך פונעם ציון, און שפעטער נאכמיטאג נאכן סעודה און תפילת מנחה איז מען צוריק צום מערה אויף אמירת תהילים ברוב עם ובהתעוררות רב. נאך תהילים איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך צום מרא דאתרא הגה"צ רבי אלעזר שטערן גאב"ד מירון, און דאן אפגעראכטן שלש סעודות דביה רעווא דרעווין אויף א העכערע אטמאספערע, זינגענדיג ניגוני חנוכה און ניגוני מירון, באגלייט מיט דברי אלוקים חיים. מיטן בענטשן האט דער רב שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ רבי מיכל גאלדמאן מזוועהיל מאנסי.
מוצאי שבת נאך הבדלה און ויתן לך איז דער גאנצע ציבור דורך אויף א גוטע וואך, און עס איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א וועלכע האט דערביי געשאנקען פארן רב דעם ספר 'מאורי אור' פון אביו הגה"צ רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד מירון.
נאך א שטיק צייט איז מען אריבער צום מערה ווי מען האט געזינגען די תפילה פון 'ריבון העולמים' פון מוצאי שבת א לענגערע צייט, דערנאך איז מען ארויס אויף קידוש לבנה ברוב עם אינעם חצר המערה נאכגעפאלגט מיט חאלאקע'ס און ריקודין, עס איז שוין געווען שפעט באנאכט ווען דער רב שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו אין קרית אתא.