דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אונטערגענומען א קורצן געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און האט געפראוועט א שבת מרומם אין עיה"ק ירושלים מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.
דורכאויס די וואכן טעג האט דער רבי שליט"א געדאוונט די תפילות אין ביהמ"ד פאפא אויף רח' יואל, דאנערשטאג האט די רב עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען פונעם חשובן גאסט.
אין לויף פונעם טאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים הר הצופים מול מקום המקדש, דערנאך אויף א תפילה ביים מערת המכפילה, און דערנאך אין אתרא קדישא מירון וואו מען האט מתפלל געווען ביים ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
שבת האט דער רבי שליט"א געפראוועט די תפילות און סעודות שבת אויף א געהויבענעם פארנעם אין בנין פון ישיבת אור החיים, די סעודה פרייטאג צונאכטס האט דער רבי אפגעראכטן אינאיינעם מיט צענדליגער בחורים תלמידי וחסידי וויען אין ארץ ישראל, ווי מען האט פאר גאנצע פיר שעה פארברענגט בשירות ותשבחות און דברי תורה וואס די רבי האט משמיע געווען מערערע מאל מעניני הפרשה ועניני דיומא, סוף פונעם סעודה האבן זיך צונויפגעזאמלט א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה תושבי ירושלים מיטצוהאלטן דעם באטע.
בצפרא דשבתא נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א קידושא רבא און מאריך געווען בגודל קדושת ארץ ישראל, ארויסברענגענדיג זיין געוואלדיגע תשוקה צו ארץ הקודש, מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שלש סעודות האט דער רב שליט"א פארגעדאוונט מעריב לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה און דערנאך מבדיל געווען על הכוס ברוב עם.
זונטאג צופרי האט דער רב שליט"א געדאוונט שחרית פארן עמוד און איז דערנאך ארויף על קברה פון אמו הרבנית ע"ה אויפן הר המנוחות, און פארגעזאגט די מזמורי תהילים און קדיש. שפעטער נאכמיטאג ער באזוגכט ביי הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם וואו עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס.
זונטאג אויפדערנאכט נר א' דחנוכה האט דער רבי שליט"א מדליק געווען די נרות ברוב עם בבית האכסניא, און אויפצומארגנס מאנטאג נאכן צינדן האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין וויליאמסבורג.