א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן דעם מיטוואך ויגש העעל"ט, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים אויף רחוב חנה, לע"נ הרב החסיד ר' יעקב צבי וויינגארטן ע"ה, נדבת לבם פון זיינע חשובע קינדער. די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק משה יאגודה שליט"א אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולין ירושלים שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע. די רבי האט דאן באגלייט די תהלוכה און אפגעראכטן דע הקפות אין ביהמ"ד ברוב שמחה וחדוה עילאה.