הויפט בלאט באריכט אויסטערלישע שמחה ביי חגיגת הכנסת ספר תורה אין ראחמיסטירווקא הויף נדבת הנגיד החסיד רר זרח גליק הי"ו

אויסטערלישע שמחה ביי חגיגת הכנסת ספר תורה אין ראחמיסטירווקא הויף נדבת הנגיד החסיד רר זרח גליק הי"ו

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


מיט גרויס שמחת התורה האבן פילע חסידי ראחמיסטריווקא אין עיה"ק ירושלים אנטיילגענומען ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעגבן געווארן דורך הנגיד החסיד רבי זרח גליק הי"ו פון בארא פארק איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה מהודר לעילוי נשמתם פון זיינע עלטערן, און לזכותו ולכבודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. די ספר תורה איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן צום גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד בקול רינה ותודה ובהמון חוגג, כראוי וכיאות לכבודה של תורה.

אין די אווענט שטונדן איז די רבי שליט"א ערשינען אין די בית ישראל זאל מלובש בבגדי שבת צום מעמד סיום כתיבת האותיות, ווי די רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און דאן ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר בשעת די גאנצע גאס איז איבערגעפילט מיט חסידים וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת התורה, און די רבי איז מעודד די ריקודין לכבוד התורה.

די ספר תורה איז געפירט געווארן ביז צום ביהמ"ד אויף רחוב גבעת משה, ווי די רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט די ספר תורה, און דערנאך מכבד געווען די נדבן פארצוזאגן די מזמורים. נאכן אריינפירן די ספר תורה צום ארון הקודש האט די רבי – אין א זעלטענעם ערשיינונג – מכבד געווען דער נדבן אנצוואונטשן דעם ציבור, דער נדבן האט דערביי געוואונטשן אז מען זאל זוכה זיין, אז די רבי שליט"א זאל נאך לאנגע יהרן קענען פירן די עדה הקדושה בטוב ובנעימים. דאן האט זיך די רבי ארויסעגלאזט אין א פייערדיגע ריקוד של שמחה מיטן חשובן נדבן וועלכע שטייט לימין קדשו בכל עת ועידן.

אינצווישן איז די רבי אריבער צום שמחת הבר מצווה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, און שפעטער אנגעקומען צום בית ישראל זאל וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די סעודה לגומרה של תורה, ביי וועלכן מען האט געזינגען א רייע ניגוני קודש און ממשיך געווען די פרייליכע טענץ, בשעתן סעודה האט די רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, ארומרעדנדיג בגודל מצוות כתיבת ספר תורה און בשבחו פונעם חשוב'ן נדיב, און דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00