קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש


הרב חיים מאיר רוקח נכדו חביבו פון האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן ביי די חנוכה ליכט אנגעטוהן מיט א קאלפיק כנהוג אין בעלזא.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה געזעגענט זיך פון אנשי צפת היינטיגן ליל שישי, נאך א קורצן באזוך אין שטאט לצורך מנוחה.

האדמו"ר ממונקאטש באשיינט ביי די חתונה פון החתן א זון פון יד ימינו דער משמש בקודש הרב יעקב אליעזר כהן ה"ו, וואס האט די זכיה די לעצטע קרוב צו 50 יאר משמש צו זיין דעם רבי'ן לפני ולפנים.

המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א באשיינט ביים מעמד הכנסת ספר תורה אין ישיבת שער המלך אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' חיים הערש זאלצבערג שליט"א.

העסקן ר' משה מארגארעטן מחשובי חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג ויושב ראש ארגון צדק, באמערקט "קרישקעס" ביים מסיבת לחיים איינע פון די ימי החנוכה אין סקווירא ביהמ"ד אין וועסלי היללס בראשות הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא.


הגה"צ המקובל רבי אביש צענווירט שליט"א ביי א סעודת חנוכה אינאיינעם מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק מהוסיאטין זי"ע, בבית מקורבו הרב יעקב שלמה נויגרעשל הי"ו אין ירושלים.


האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אין די ערשטער שניי פון תשפ"ו גייענדיג צום מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה טהרה אין שכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת.


הרה"ח המפואר ר' חיים זילבערמאן הי"ו מערקט "קרישקעס" צווישן די הונדערטער חסידים וועלכע האבן זיך דורכגעשלענגלט אין די רייע צו באקומען חנוכה געלט פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג.


די מנורה פון האדמו"ר מבאבוב מיט וואס דער רב האט געצינדן די נרות אום זאת חנוכה. די מנורה האט דער רב שליט"א באקומען במתנה פון אביו הגדול הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל ביי די גרויסע נסיעה בשנת תש"ל קיין ארץ ישראל ווען דער רב האט ספעציעל געלאזט מאכן ביי א זילבער-מייסטער א מנורה פון האנט ארבעט אלס מתנה פאר בנו חביבו ויקירו דער רב שליט"א דעמאלטס א 15 יעריגע בחור.


אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו ווערט געזעהן מיטהאלטן די נרות חנוכה ביי רבו האדמו"ר מסערדאהעלי כאחד מן השורה צווישן די חסידים.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אויף א ביקור גומלין די וואך ביי האדמו"ר רבי יצחק אבוחצירא במעונו אין עיה"ק צפת.


הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט בן האדמו"ר מסאטמאר באגריסט שאר בשרו הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט מאנסי בן הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, ביי א שמחה די וואך.


דעם בילד מיט צורת קדשו פון האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן גענצליך אומבארירט, אינעם געביידע פון די בארא פארק מצה בעקעריי אונטער די אייגנטומערשטאפט פון הרה"ח ר' חיים ברוין הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ, וואס איז די וואך ארויף אין העלישע פלאמען.


ביים מעמד שריפת הפתילות בחצר הקודש תולדות אהרן מערקט "קרישקעס" דער ראש המצילים העסקן הרב שמעון שישא און דער משב"ק הרב משה יוסף צימעט ביים אנגרייטן די מדורת אש, איידער די רבי האט אנגעצינדן די הדלקה.


האדמו"ר מצאנז באטראכט די היסטארישע מנורה פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע. די היסטארישע מנורה איז א גאר טייערע אנטיק, א בלעכענע מנורה, אין וואס דער הייליגער בעלזא רב זי"ע האט געצינדן די ליכטעלעך גאנצע פערצן יאר, זינט ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל נאכן קריג, ביז זיין הסתלקות בשנת תשי"ז, די מנורה איז אריבער בירושה צו בנו חורגו כ"ק אדמו"ר מבערגסאז זצ"ל, און געפונט זיך היינט צוטאגס ביי זיין זון הרב יחזקאל פאללאק שליט"א.


האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים באגלייט ארויס האדמו"ר מקארלין סטאלין נאך א באזוך במעונו היינטיגן ליל שישי.


האדמו"ר מישועת יעקב סקולען שרייבט זיך א קוויטל איידערן אריינגיין אויף א באזוך צום פעטער האדמו"ר מטשעראנביל אין בני ברק, דורכן משב"ק הרב יצחק לעבאוויטש הי"ו.


דעם פארלאפענעם חנוכה האבן די חסידים פון הגה"צ רבי יוסף דוד שנעבאלג שליט"א אבד"ק שער התפילה צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן דעם רב'ס עבודה, זייענדיג מלובש מיטן קאלפיק, כדרך בית אבותיו.


די וואך בעת דער וועכענטליכע באזוך פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם סאטמארער מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג איז צוגעקומען צום רבי'ן הרה"ח ר' חיים ברוין הי"ו, דער אייגענטומער פון די בארא פארק מצה בעקעריי וועלכע איז פאריגע וואך פארניכטעט געווארן אין א העלישע שריפה, ר' חיים האט באדאנקט דעם רבי'ן נאך וואס די הנהלת בית אופה פון די סאטמארער מצה בעקעריי איז אים קעגנגעקומען תיכףך נאכן שריפה און געשטאנען צו די האנט מיט אלעס וואס האט אויסגעפעלט בעצה ובמעש מיט א אויסטערלישע עין טובה. די רבי שליט"א האט זיך אינטערסירט איבער די שאדנס נאכן שריפה און באוואונדערט די מידת הבטחון פון ר' חיים וועלכער האט נאך בשעת די שריפה פארטיילט קארטלעך פאר דורכגייער מיט די ווערטער, "אויב איז עס גוט, איז עס פון אויבערשטן און אויב חלילה פארקערט איז עס אויך פון אויבערשטן" – "און ווען עס איז פון אויבערשטן איז עס גוט׳ און דערונטער די ווערטער 'אין עוד מלבדו׳", זייענדיג מקבל דעם גזר דין באהבה.


ביים דריידל שפילן בחצה"ק באבוב-45 מערקט "קרישקעס" צווישן די הונדערטער בעלי בתים חשובים, העסקן הנמרץ ר' חנוך העניך לערנער הי"ו פון די פירנדע עסקנים אינערהאלב די בארימטער "רפואה העלפליין" ארגאניזאציע.


האדמו"ר מוויזניץ ביי א שבע ברכות די וואך לרגל די חתונה פון די כלה א טאכטער פונעם חרדישן דזשורנאליסט ר' ישראל כהן הי"ו אין בני ברק.

אל תרגזו בדרך: אויסצוג פונעם טעגליכן חומש רש"י שיעור דורך הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם, מיט א טיפע מוסר השכל.

כמנהג חסידים: האדמו"ר מליסקא ביים שפילן שאך אום ליל ניטל אינאיינעם מיטן חברותא הרב חיים מאיר שטאקהאמער שליט"א.

די קינדער קאפעליע בחצר הקודש סערט וויזניץ וועלכע האבן מהנה געווען ביי די מעמדי הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש סערט וויזניץ, ווערן געזעהן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסערט וויזניץ אינאיינעם מיטן ראש המשוררים הרה"ח ר' חיים בנט הי"ו, וואו די רבי האט פארטיילט מטבעות חנוכה פאר די ילדי החן.


איש וביתו: האדמו"ר מסטראפקוב ווערט געזעהן ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה אין ביהמ"ד וואו דער רבי האט זיך פארבינדן טעלעפאניש למעונו, כדי די רעבעצין תליט"א זאל קענען מיטהאלטן די ברכות.

פרסומי ניסא: האדמו"ר ממישקאלץ ביים צינדן די מנורה מוצאי שבת חנוכה אין צענטער פון ביהמ"ד וואו עס האבן זיך איינגעזאמלט פילע חסידים, מעריצים און תושבי פתח תקוה מיטצוהאלטן דעם רבינס עבודה ביי די חנוכה ליכט.

האדמו"ר מתורת חכם הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א ביים צינדן די נרות חנוכה אין זיין אכסניא אין מעזיבוזש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע, פאריגן דאנערשטאג נר ה' דחנוכה.

צענטראלער מעמד הדלקת נרות חנוכה אין מאסקווע רוסלאנד אנגעפירט דורך הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א הויפט רב פון רוסלאנד.

צווישן די רבבות חסידי גור מערקט "קרישקעס" גאב"ד מאקאווא און האדמו"ר מטאלנא ביי א ליכטל איינע פון די ימי החנוכה בחצר הקודש גור.

האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ ווערט געזעהן אין איינע פון די שטיבלעך ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון, זייענדיג מעתיר בעד הכלל והפרט אינעם יום המסוגל זאת חנוכה.


די חנוכה געלט מטבעות וואס האדמו"ר מבאבוב-45 האט פארטיילט היי יאר חנוכה פאר די טויזנטער חסידים און תלמידי המוסדות, מיט די צורה פונעם בנין המתיבתא ההולך ונבנה, איינגעקריצט אויף די מטבעות.


דער משגיח הגאון רבי אורי ווייסבלום שליט"א מראשי ישיבת נחלת הלויים אין חיפה, וואס איז א אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע באזוכט ביי האדמו"ר משאץ וויזניץ לכבוד יומין דחנוכה.


האדמו"ר מתורת חכם הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א איז עולה לתורה אינעם ביהמ"ד ביים ציון הק' אין אומאן – אוקריינע.

האדמו"ר מסאטמאר ביים צינדן די נרות דעם ערב שבת חנוכה בביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג, מיט די מנורה פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיט וואס דער רבי ז"ל האט זיך באנוצט וויילנדיג אין פלארידא אויף אפרוה.


ואת המטה הזה: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באנייעט א זילבערנעם שטעקן לכבוד יום טוב חנוכה.


האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב ביים שפידל דריידל מיט די חסידים נאכן הדלקת הנרות דעם מוצאי שבת חנוכה (קרעדיט משה קליין)

מערקווירדיגע עפיזאד ווי דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אנטשולדיגט זיך פאר הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים ד'בעלזא נאכ'ן מחדש זיין דברי תורה בפניו.

האדמו"ר מדינוב ארה"ק באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מטעמישוואר לברך ולהתברך לכבוד יום טוב חנוכה.


דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' אברומי ברגר ביים וואונטשן לחיים פאר האדמו"ר מאמשינאוו ביים זאת חנוכה טיש די וואך.


האדמו"ר מסאטמאר באשיינט ביים יערליכן מסיבת חנוכה פאר די טויזנטער ילדי תשב"ר פון די תלמודי תורה אין וויליאמסבורג, פארגעקומען אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט.

האדמו"ר מפרמישלאן ביים פארטיילן חנוכה געלט פאר נכדו הרב חיים ראזנבוים נאכן מעמד הדלקת הנרות איינע פון די ימי החנוכה.


הרב שאול גרינבערגער שליט"א משב"ק האדמו"ר מוויזניץ טרעט אויף מיט דברי התעוררות איידערן מעמד הדלקת הנרות דעם מוצאי שבת חנוכה אין חצר הקודש וויזניץ, וואו ער האט מעורר געווען די חסידים, נישט אראפצולייגן די תהילים'לעך און כסדר איינרייסן פארן רבי'ן וואס איז נאך אלס אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל.


גאב"ד מאקאווא באשיינט ביים שמחת הבר מצווה לבן מקורבו הרב יעקב ווייס הי"ו מראשי ההנהלת מוסדות מאקאווא אין קרית אתא.


הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים אפרעכטן די נרות חנוכה מיט דער היסטארישער מנורה מעזבונו פונעם צדיק יסוד עולם הרב הקדוש הבית עין זי"ע, וואס ליגט היינט ביי א נגיד אין אמעריקע.


חשוף זרו"ע: אין א אינטערעסאנטער מאמענט באמערקט א ביישויער ווי האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג קוקט אויפ'ן האנט-זייגער נאכן צינדן דעם לעצטן חנוכה לעכטל זאת חנוכה, אזוי שפעט ווי דריי אזייגער פארטאגס.


המשפיע הגה"צ רבי יחיאל יהושע שיינפעלד שליט"א פון ארץ ישראל באזוכט ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, נאכן איבערגעבן א שיעור נפלא בתורת החסידות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.


שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביים שפיל דריידל מיט די אייניקלעך, ביי א חנוכה מסיבה מיוחד פאר די משפחת המלוכה.


ככלות השלושים צו די פטירה פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל איז געשטעלט געווארן די מצבה על קברו אויפן בית החיים העתיק אין עיה"ק צפת.


פון אונטער די קוליסן אין די "מראות הקודש" הויפטקווארטירן בחצר הקודש בעלזא, וואו עס איז טאג טעגליך אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג די מעמדי הדלקת נרות חנוכה צו אלע בעלזער צענטערן און בתי מדרשים איבער די וועלט.


הילד היניק נחמן ראזנבוים ני"ו זון פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באמערקט "קרישקעס" אין א ווינקל אין ישיבת אורייתא, נאכן מעמד ההדלקה דעם זאת חנוכה באשמורת הבוקר, זייענדיג פארטוהן אין די גמרא.


אל תקרא יבטל אלא מבטל: המשפיע הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן ביים בר מצווה די וואך לבן הנגיד ר' יהודה ליס הי"ו מחשובי חסידי גור אין לאנדאן.

טעימה פונעם זאת חנוכה טיש בחצר הקודש פשעווארסק אין אנטווערפען, ביים זינגען דעם התעוררות'דיגן תמניא אפי כנהוג.

דער מיניסטער פון די פעדעראלע קאמיטע קעגן אנטיסעמטיזם מטעם די מדינת ישראל רעגירונג, עמיחי שיקלי, באזוכט ביי האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים, נאכפאלגנדיג די שרעקליכע וואנדאליזם און שווערע אנטיסעמיטישע 'ארסאן פייער' אינצידענט ביים נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא, אוקריינא.


הגאון ר' ירוחם אלשין ראש ישיבת בית מדרש גבוה באזוכט ביי האדמו"ר מסקולען לעיקוואד איינצוליידענען צום שמחת החתונה פון נכדו החתן.


הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א איו א שמועס מיטן פלאמעניק הרה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייצטען ביים ארומגיין נאך געלט לטובת כולל עצי חיים אין ביהמ"ד בית מנחם צבי דסאטמאר.


ביד עוסקי תורת"ך: תלמידי ישיבה קטנה ד'סאטמאר זענען זיך מפלפל און זענען מוסיף הערות והארות אינעם פשט'ל פון האדמו"ר מסאטמאר אין די דברי תורה די צווייטע נאכט חנוכה. דער רבי שליט"א האט הערליך פארענטפערט די אלע קשיות ביי די דברות קודש אויפצומארגנס בליל ג' דחנוכה.


הדלקת נרות חנוכה ביי האדמו"ר מטרעבישאן און דערנאך דאס פידל שפילן כמנהג צדיקי בית נדבורנא – קרעטשניף.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מעודד די ריקודין ביים גרויסארטיגן זאת חנוכה טיש אין ישיבת אורייתא אין ירושלים.

די פראכטפולע מנורה פון האדמו"ר מסקווירא וואס איז נאכגעמאכט אויפ'ן זעלבן סטיל ווי די בארימטע מנורה פון ק"ז הרה"ק רבי דוד מסקווירא זי"ע, וואס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן שליט"א מיט עטליכע יאר צוריק דורך איינעם פון די חשובע נגידים ותומכי הקהלה והמוסדות.


האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט איז זיך משתתף ביים שמחת הברית אין ירושלים פון נכד אחיו האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט ברכות וקריאת השם.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק רעכט אפ דעם זאת חנוכה טיש ברוב עם אין ביהמ"ד אונטער די אויפזיכט פון זיין פערזענליכע דאקטער, דער בארימטער פראפעסאר הערשקאו פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים, וועלכע באגלייט דעם רבינס מצב הבריאות די לעצטע תקופה.


די רבי שליט"א ביים אנוואונטשן דעם פראפעסאר נאכן טיש, לקול תרועת הזמר פון די חסידים וועלכע האבן אויסגעבראכן מיטן ניגון כי אורך ימים מיט א תפילה ובקשה פארן רבינס אריכות ימים.

האדמו"ר מצאנז זמיגראד ביים בענטשן איינע פון די ילדי החסידות נאכן חנוכה ליכט צינדן איינע פון די ימי החנוכה.


די קינדער קאר ביים מעמד הדלקת נרות בחצר הקודש טאהש, וואו די ילדי החמד האבן פארגעזינגן די זמירות און ניגונים אונטער דער אנפירערשאפט פון מוה"ר משה סג"ל קרויס הי"ו, צוזאמען מיט די מנגנים לבית טאהש.


שיין בילד פון הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד ביים צינדן די חנוכה ליכט בקרב בני משפחתו.


האדמו"ר מישועת יעקב סקולען באגריסט זיך מיטן פעטער האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג נאכן מיטהאלטן די נרות בצל קדשו.


מראות הקודש פונעם הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש סלונים, צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם היכל ביהמ"ד הגדול.


האדמו"ר מקאסוב ביים מיטהאלטן די חנוכה ליכט צינדן פונעם פעטער הגה"צ אבד"ק קאסוב זאליטשיק שליט"א בביתו מדרשו אין בארא פארק.


דער לעגענדארע משב"ק בבית ראחמיסטריווקא הרב יעקב אורי ביים שטעלן וויין בעת דער זאת חנוכה טיש די וואך.


דער היסטארישער מנורה פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע וואס ווערט יאר יערליך ארויסגענומען לכבוד חנוכה דורך נכדו ממשיך דרכו הגה"צ גאב"ד מאטערסדארף שליט"א.


באגעגעניש אין לאנדאן צווישן דעם לעגענדארע רבי לייבל סטעפל שליט"א נכד הקדושת ציון מבאבוב און הגאון ר' פנחס פריעדמאן ראש הכוללים ד'בעלזא.


Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה