יערליכע מסיבה של מצוה לטובת קרן חתנים ד'באבוב אפגעהאלטן אין בארא פארק

מיטוואך פ' מקץ • כ"ז כסלו – ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער


פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת קופת קרן חתנים דבאבוב, ס'איז פארגעקומען אין די רודניקע זאל, ווי חסידי באבוב זענען ארויסגעקומען שטיצן די חסד אימפעריע וואס פארטיילט די שטוינענדע סומע פון 16 טויזנט דאלאר פאר יעדע חתן אין די קהילה. היי יאר איז פראקלאמירט געווארן די נייע פראיעקט פון ״שמחים בחלקם״, וואס שטעלט פאר גורלות פון שווערע טויזנטער דאלארן פאר אלע חתנים און כלות, וואס וועט געוויס שפארן פון די הוצאות החתונה.

די דינער איז באשיינט געווארן מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א. דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און אנגעהויבן בכבוד האכסניא די רודניק׳ער רב, און ארויסגעהויבן בשבחו מיטן צושטעלן יעדעס יאר די מיסהב ברוב פאר והדר, און דערמאנט נאך חסד פראיעקטן וואס ווערן אנגעפירט דורך אב״ד רודניק ומשפחתו, ווי די ״בחסד״ קאך וואס פונקציאנירט רונדע דעם יאר אין די רודניקער זאל פאר קימפעטארנס אין די באבובע קהילה, און אויך דערמאנט די מעמד קשר של קימא דורך מפעל עזר מקודש וואס איז פארגעקומען אינעם רודניק׳ע זאל פריער אין די  וואך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"