הויפט בלאט באריכט אחים לדעה: יערליכע מסיבה אין בארא פארק לטובת מוסדות באבוב-45 לאנדאן

אחים לדעה: יערליכע מסיבה אין בארא פארק לטובת מוסדות באבוב-45 לאנדאן

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' מקץ • כ"ו כסלו – ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN


פארלאפענעם זונטאג ושיה איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מסיבה לטובת מוסדות באבוב-45 המתנוססים לתפארה בעיר הבירה לאנדאן וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תלמידים בלי עין הרע תחת הדרכתו ונשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.

די מסיבה איז פארגעקומען אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באבוב 45, פאררופן דורכן רבינס זון הרה"צ ר' שלום אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועם דער רבי האט געשטעלט בראש הקהילה והמוסדות אין לאנדאן. אין לויף פון די נאכט האבן זיך דורכגעדרייט הונדערטער אידן אחים לדעה, וועלכע האבן זיך ווארעם אנגערופן לטובת די מוסדות אין לאנדאן, בראש המסיבה האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און בתוך הדברים גאר שטארק משבח געווען די קהלה און מוסדות אין שטאט לאנדאן, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת המוסדות וועלכע זענען געקומען צופארן לכבוד די יערליכע מגבית.

אין די טעג בעפאר די מסיבה זענען די חברי ההנהלה אריין אל הקודש פנימה און האבן איבערגעגעבען א ברייטערע באריכט פון די בליה און וואוקס פון די קהלה און מוסדות אין לאנדאן און די ווייטערדיגע פלענער להרחיב גבולי הקדושה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00