פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צינדט ערשטע ליכטל חנוכה אין מנורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

מאנטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו – א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן


א גאר התרגשות'דיגע מעמד הדלקת נרות חנוכה איז פארגעקומען נעכטן נאכט במעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווען דער רב שליט"א האט אנגעצינדן די חנוכה ליכט אין די היסטארישע מנורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

די מנורה איז א גאר טייערע אנטיק, פון ריין זילבער, אין וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט געצינדן די ליכטעלעך גאנצע צען יאר, פון תש"י ביז תש"כ, און איז געברענגט געווארן קיין ארץ ישראל דורך איינע פון די חשובע סאטמארער נגידים אין אמעריקא.

ווען מען האט אריינגעברענגט די מנורה איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א זייער נתרגש געווארן און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה צו צינדן אינעם רבינס מנורה, בחפץ של צדיק וואס דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע האט מקיים געווען דערמיט די מצוה פון הדלקת נר חנוכה.

דער רב שליט"א האט טאקע געצינדן אין דעם מנורה דעם ערשטן ליכטל מיט גרויס דביקות, ובמעמד קהל רב.

ספעציעלע פארענטשעס זענען געווארן אויפגעשטעלט בביתו נאווה קודש צו קענען ארייננעמען ווי מער אידן וועלכע האלטן מיט די הייליגע עבודה ביים הדלקת נרות יעדער נאכט פון די ימי החנוכה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"