דבר המלך: פרעזידענט טראמפ יר"ה אפגעשיקט בריוון צו מעמדי הודאה לרגל כ"א כסלו בחצרות הקודש סאטמאר

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין א היסטארישער שריט האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ יר"ה אפגעשיקט צוויי בריוון אדרעסירט צו די רבבות סאטמארער חסידים וואס האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען ביי די מעמדי הודעה לרגל כ"א כסלו דער יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג. 

די בריוון, נכתב ונחתם בטבעת המלך, זענען פארגעליינט געווארן ברוב עם ביי ביידע מעמדים וועלכע זענען פארגעקומען אין די וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, און אין די קראון הייטס ארמארי אין שפיץ פון האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א.

אין די בריוון, שרייבט דער פרעזידענט אז כ"א כסלו איז נישט נאר א צייט צו געדענקן די רעטונג פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע פון די האלאקאוסט, נאר מ׳טוהט אויך פייערן דאס ווידער אויפבליאונג פון די סאטמארער קהילה איבער די גארער וועלט, און דורך די ווארצלען איינגעפלאנצט דורכן רבי'ן זי"ע טוהט מען ווייטער אויפציען דורות פון טויזנטער נאכפאלגער וועלכע גייען אין זיין אויסגעטראטענע וועג. ביים ענדע טוט דער פרעזידענט פארשפרעכן צו פארזיכערן רעליגיעזע פרייהייט אין קלאס צימערן און אומעטום אז מ׳זאל קענען זיך פירן פריי מיט די אידישע גלויבונג אן קיין שום פחד, צו אינאיינעם פארזיכערן א גאלדענע צוקונפט אין אמעריקע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"