דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
דעם זונטאג אוונט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל די שמחה במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ סאטמאר איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל"ע.
די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולער פארנעם אין שטוב פון הטספר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם "יעודד" ארגאניזאציע וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט די יתומים אין קהילה קדושה סאטמאר.
צו די שמחה זענען געלאדענט די אריבער 130 יתומים׳לעך אן קיין שום אנדערע משתתפים, בלויז די רבי מיט די מחותנים און געציילטע מדריכים פון ״יעודד״, מיטן ציל זיי אריינצונעמען אינעם רבינס פערזענליכע שמחה, אויף א פריוואטן פארנעם.
עס איז געווען א הארץ-רייסנד בילד צו זען די טייערע יתומים זיצן סביב לשולחנו פון רבי'ן, און די רבי קוקט זיך אום אויף זיי מיט אזא אהבה וחביבות, ולעומתו טוען די קינדער שעפן אזא חיזוק והתחזקות פון דעם וואס מען האט זיי אויסגעקליבן צו פארברענגען אזעלכע הערליכע שעה׳ן של תענוג במחיצת הקודש.
ביים אנקומען זענען זיי אנטפאנגען געווארן מיטן גרעסטן מאס כבוד, און עס איז געווארן סערווירט א רייכע סעודה, באגלייט מיט כלי שיר וזמרה אנגעפירט דורך א ברייטע ארקעסטרא. די רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה און זיך געוואשן צום סעודה, די יושב ראש פונעם נאכט הר"ר יואל שווארטץ שליט"א מלמד דרדקי האט מיט פאסיגע ווערטער איינגעלייטערט די מעמד און דערביי אויסגערופן דעם רבינס זון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א נשיא פון די "יעודד" ארגאניזאציע וואס האט ווארעם ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע כוחות וואס די יתומים פארמאגן.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל האכסניא פון די שמחה הנגיד החסיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט שטארק מחזק געווען די יתומים און ארויסגעברענגט ווי יעדער יחיד האט די כוחות אויסצושטייגן אן איש מצליח אין אלע הינזיכטן.
דענאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די הארציגע דברות קודש פונעם רבין שליט"א, די רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם צו די טייערע קינדער און בחורים וואס זענען מונח על לוח לבו הטהור, און ארויסברענגענדיג שטארקע דברי חיזוק ונחמה ווי אזוי מען דארף אנגיין און זיך אומגיין אין אזעלכע מצבים און ווי ווייט דער אייבערשטער דער אבי היתומים קוקט ארויס אז מיר אלע זאלן זיין אמת'דיג בשמחה.
צום ענדע האט מען געהערט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה דורכן מגיד נפלא הר"ר אברהם מרדכי מלאך שליט"א וועלכע האט ארויפגעברענגט א ברייטע שמייכל אויף אלע יתומים.
נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה, די רבי איז געטאנצן מיטן חתן און מחותנים און דערנאך א באזונדערע ריקוד מיטן נדיב ר' יואל לאנדא הי"ו.
נאכן מסיבת שבע ברכות זענען אלע קינדער און בחורים אריין פריוואט אל הקודש פנימה צום רבי'ן אין א זייטיגער שטוב, וואו די רבי האט געשאנקן פאר אלע באטייליגטע א זמירות דברי יואל מיט א פערזענליכע הקדשה בכתב יד קדשו, מיט חנוכה געלט – א הונדערטער באנקנאט וואס איז מנדב געווארן לכבוד די שמחה דורכן בעל האכסניא הנגיד ר' יואל שיחי'.
די מעמד האט איבערגעלאזט א שטארע רושם אויף אלע יותמים וועלכע זענען אהיימגעגאנגען אנגעפילט מיט חיזוק און שטארקייט ווייטער אנצוגיין און שטייגן בתורה ויראת שמים.