admin123

מריחוק מקום: האד' מבאבוב-45 אדרעסירט טעלעפאניש אסיפת התעוררות אין ק"ק באבוב-45 לאנדאן

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש דעם זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן צום אסיפת התעוררות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ק"ק באבוב 45 אין עיר הבירה לאנדאן, אין ליכט פון א שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם שמחת תורה ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד. די רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט מעורר געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי מוסר וכיבושין און געפאדערט פון די חסידים זיך…

Read more

תקומה היתה לה: האד' מסאדיגורא פראוועט געהויבענע שבת יארצייט אינעם אלטן סאדיגורא הויף אין תל אביב

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט געהויבענע הרגשים פון התעלות און כיסופין האבן חסידי סאדיגורא און פילע איינוואוינער פונעם שטאט תל אביב, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורא הויף, געהאט די הנאה של קדושה מיטצולעבן א רוחניות'דיגע שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת במקום שהתפללו בו אבותיו אינעם סאדיגורא ביהמ"ד אויף רח' פינקס אין תל אביב, א שבת וואס האט אויפגעוויקלט לעכטיגע זכרונות פון אמאל ביי די זקני החסידים…

Read more

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו די נסיעה רוממה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ניו יארק און דערנאך קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן אנהייב חודש שבט הבעל"ט. דער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין ניו יארק מאנטאג פ' בשלח צו מפאר זיין על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א פון מאנסי וואס וועט פארקומען די נאכפאלגנדע וואך אין שטאט מאנסי. אין לויף פון די וואך…

Read more

הוראה פון הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א צו שרייבן ׳הקדוש׳ און ׳הי"ד׳ אויף מציבה פון הבחור יוסף אייזנטאל ע"ה

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אינדערפרי איז הגאון האדיר רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ממנהיגי בני תורה, אנגעקומען אויף ניחום אבלים בבית משפחת אייזנטאל אין שכונת רמות ירושלים עיה"ק, וועלכע זיצן שבעה ל"ע נאך די שוידערליכע פטירה פון הבחור כמר חיים יוסף אייזנטאל ע"ה, וואס איז טראגיש איבערגעטרעטן געווארן דורך א אראבישע באס דרייווער נאך די עצרת מחאה וזעקה אקעגן דעם גזירת הגיוס פארגאנגענעם דינסטאג שמות אין ירושלים עיה"ק. דער גאון האט במשך א לענגערע צייט אריינגעבלאזן טללי חיזוק…

Read more

אמא של מלכות: האד' מבעלזא מתפלל געווען על קברה פון אמו הרבנית מבילגורייא ע"ה לכבוד די יארצייט

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN פארלאפענעם מיטוואך י"ח טבת איז אויסגעפאלן די ניינטע יארצייט פון הרבנית הצדקנית מבילגורייא ע"ה אלמנת הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען אין בית תפילה בביתו נאוה קודש און געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט. נאך מעריב האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לקח און ברוינפן און ארומגערעדט איבער די חשובע מאמע די…

Read more

מעמד כבוד התורה און התחלת ימי השובבי"ם אין ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי אין שפיץ פון האד' מערלוי

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך פארלאפענעם וואך האבן די בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי מיטגעהאלטן א שיינעם מעמד כבוד התורה סיום מסכת בבא בתרא והתחלת ימי השובבי"ם לחזק ולהתחזק בלימוד התורה ועבודת השי"ת. די מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש ערלוי אין די קטמון געגענט אין ירושלים במעמד רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועלכער האט מפאר געווען א לענגערע וויילע און משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידי הישיבה. באזונדער…

Read more

שבע ברכות מפוארה אפגעראכטן אין נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ממחרת יום החתונה בחצר הקודש סאטמאר האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה ביי א שבע ברכות מפוארה וואס איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בהשתתפות רבנן ותלמידיהון ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ריש המתיבתא און מיטן השתתפות כבוד פון א הערליכע גאלעריע אדמור"י ורבני העיר מאנסי און פילע קרואי מועד ואנשי שם ראשי ונכבדי…

Read more

לומדי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג מיטגעלעבט פריוואטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שמחת שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג ויחי למחרת פון די גרויסער חתונה בשמחת בית סאטמאר, ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א פריוואטע שבע ברכות מיט די משפחת המלוכה אינאיינעם מיט די תלמידי כולל לחתנים פון קרית יואל און וויליאמסבורג, וואס גרייטן זיך צו צו זייער חתונה, מיט די לויטערע השקפה און הדרכות אויפ'ן לעבן. דער שבע ברכות איז פארגעקומען אין די תנאים-זאלן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן אויף אוהעל קט….

Read more