בד"ה

טראגעדיע: ווילדע באס דרייווער אראפגעקלאפט און אומגעברענגט ישיבה בחור ביי עצרת מחאה אדירה אין ירושלים

דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש א שוידערליכע אינצידענט האט יעצט פאסירט אין ירושלים עיה"ק בעת די עצרת "קול שוועתם" במעמד רבבות ישראל, ווען א ווילדע אראבישע באס דרייווער איז אין א בארבארישע אקט דורכגעפארן איינס פון די אפגעשפארטע גאסן ביים מקום העצרת, און האט ווילדערהייט אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער אויף די שמגר גאס, איינער פון זיי א חשובע ישיבה בחור וואס איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט, די עמערדזשענסי אגענטורן האבן א לענגערע צייט געארבעט ארויסצונעמען דעם נפטר פון אונטערן באס, מיטן…

Read more

טרויער נאך פריצייטעגע פטירה פון הגאון החסיד ר' יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק

פרייטאג פ' ויחי • י"ג טבת | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געמיטער האבן חסידי גור זיך היינט געזענט פון האי גברא רבא הגאון החסיד רבי יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק וואס איז נפטר געווארן לבית עולמו אין עלטער פון 67 יאר. ער איז געווען א זון פון הגה"ח ר' זאב זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק, און אן איידעם ביי יבלחט"א הרה"ח רבי שמואל מלבסקי הי"ו מחשובי חסידי גור אין בני ברק. א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער שוין נסמך געווארן להוראה דורכך פוסק הדור…

Read more

עבד לעבדי ה': לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל נפטר געווארן

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בצער רב טוען חסידי פשעווארסק און אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די פטירה פון הרה"ח המפואר רבי שמואל ברוך נאה ז"ל, דער לעגענדארער משמש בקודש פון אדמור"י בית פשעווארסק פאר קרוב צו א יובל יארן כולן שוין לטובה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר. ר' שמואל ברוך ז"ל איז געבוירן געווארן חנוכה שנת ת"ש אין נאנאש אונגארן צו זיין פאטער הרה"ח רבי חנניה יום טוב ליפא נאה ז"ל, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטעווען פון די…

Read more

אשת חבר: הרבנית בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן נפטר געווארן בשיבה טובה

מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת ממעלבארן, מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת הגה"צ המפורסם רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן אוסטראליע בעל ויצב אברהם, וועלכער איז דעם שבת צופרי נפטר געווארן אין איר שטוב אין מעלבארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר. די לוי' גייט ארויס מארגן זונטאג 12:00 פארמיטאג לויטן אוסטראלישער זייגער, 8:00 היינט מוצאי שבת לויטן אמעריקאנער זייגער, פון איר שטוב אין מעלבארן,…

Read more

ברוך דיין האמת: הרבנית הצדיקת מנובומינסק מרת מרים לאנדינסקי – פערלאוו ע"ה נפטר געווארן בשיבה טובה

פרייטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו – ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנובומינסק, מרת מרים לאנדינסקי – פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנובומינסק זצ"ל, וועלכער איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שיקאגא צו איר פאטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק רבי…

Read more

אנשי 'חסד' נאספו: נפטר געווארן הרה"ח בנש"ק ר' חנני' סיני דוד (חסד) הלברשטאם ז"ל; משב"ק הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די רייען פון חסידי חב"ד אלוועלטליך ווערט מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה מרה איבער די פריצייטיגע פטירה פונעם לאנגיעריגן און בארימטן משב"ק פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, הרה"ח בנש"ק מגזע אראלים ותרשישים רבי חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטערע תקופה. ר' חנני' סיני דוד, באקאנט ביי חסידי חב"ד אלס "ר' חסד הלברשטאם", איז נפטר געווארן בהאי יומא קגרים, אינעם חג…

Read more

ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה"צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי. קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דעם מיטה און געזאגט…

Read more

ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה"צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי. קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דעם מיטה און געזאגט…

Read more

חסידי ערלוי באוויינען פריצייטיגע הסתלקות פון הגה“צ חסידא ופרישא רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר

מאנטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, הגה"צ רבי יעקב סופר אבד"ק ערלוי אין ביתר, זכר צדיק לברכה וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תש"ח אלס דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל אין ערלוי – אונגארן, וואו זיין גרויסן פאטער האט דאן געדינט…

Read more

הונדערטער אידן באגלייטן הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל למנוחת עולמים ביי לויות אין ירושלים, חיפה און צפת

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:יוסי לוי דעם זונטאג איבערן טאג האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים רב האי גאון וצדיק כ"ק הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ"ל אב"ד סערט וויזניץ ירושלים וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה דעם זונטאג מיטאג אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאר. א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, חסידי סערט וויזניץ, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אייגעזאמאלט ביים ביהמ"ד סערט וויזניץ אויף די גרוסברג גאס ווי עס…

Read more