בקשו רחמים

המתקת הדינים: סדר הקפות מיט לולב און אתרוג אין מירון לרפואת האד' מתולדות אברהם יצחק

מיטוואך פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די ערנסטע מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א זענען א גראפע חסידים היינט ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו זיי האבן אפגעהאלטן א ספעציעלע מעמד ביים ציון הקדוש פון דער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי ווי זיי האבן געזאגט תפילות מיט ספעציעלע כוונות, און געמאכט זיבן הקפות ארום דעם ציון מיט לולבים און אתרוגים און דערביי געזאגט דעם ספעציעל באשטימטן סדר ההושענות. די מקור פון דעם מנהג על פי תורת הנסתר, שטאמט פון די…

Read more

תפילת רבים: עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען היינטיגן דינסטאג לרפואתו השלימה פון האד' מתולדות אברהם יצחק

מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז ליידער נאך ווייט פון גוט, ווען דער רבי געפונט זיך אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים זיך מוטשענענדיג מיט א שווערע אינפעקציע און שטארקע יסורים ה"י, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, איז באשטימט געווארן אויף היינטיגן דינסטאג א גרויסע יום תפילה והתעוררות פאר תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בעיר השם שמה. די גרויסע מעמד עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען דינסטאג בשעה 2:30…

Read more

אל ימנע עצמו מן הרחמים: מצב הבריאות פון האד' מתולדות אברהם יצחק שטאביליזירט נאך פלוצימע קריזיס

זונטאג פ' וירא • י"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א בהלה איז היינט אנטשטאנען אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז פלוצלינג אוועקגעפאלן ה"י אין א שווערן געזונט צושטאנד וואס מען האט בחסדי שמים באוויזן צו ברענגען אונטער קאנטראל נאך עטליכע גאר אנגעצויגענע מאמענטן. די רבי שליט"א וועלכע איז שוין שפיטאליזירט עטליכע טעג צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס איז היינט אריבער א פאראויס געפלאנטע פראצעדור לבריאות גופו הטהור. בשעתן פראצעדור האט די רבי פארלוירן דאס…

Read more

ספר תורה שרוי בצער: האד' מתולדות אברהם יצחק שפיטאליזירט אין ערנסטע געזונט צושטאנד

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש העתירו אל ה': חסידי תולדות אברהם יצחק פאלגן נאך מיט זארג די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס געפונט זיך ליידער אין א גאר ערנסטע געזונט צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים. לויט ווי די דאקטוירים געבן איבער, ליידט דער רבי פון אן אינפעקציע וועלכע האט זיך טיילווייז פארשפרייט אינעם גוף און די דאקטוירים האבן דערווייל נאכנישט געטראפן א מהלך ווי אזוי דאס אויסצוהיילן. דורכאויס די לעצטע צוויי טעג האט מען געלאזט רופן די סאמע…

Read more

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל

זונטאג ד' דחול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי תולדות אברהם יצחק האבן היינטיגן זונטאג חול המועד אפגעגעבן א שבח והודאה נאך די עמערדזשענסי פראצעדור וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אדורך אויפן הארץ און איז בחסדי שמים פאראיבער מיט הצלחה. דער רבי שליט"א וועלכע האט נישט גוט געשפירט שבת, איז די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס די רעזטלטאטן פון אן אונטערזיכונג האט געוויזן אז דער רבי האט געליטן פון א לייכטע הארץ אטאקע, מען האט באשטימט דורכצופירן אן…

Read more