ובאו ציון: האד' מאלכסנדר נעמט אונטער מסע רוממה לעיר האבות אלכסנדר אינאיינעם מיט די בוני ביהמ"ד הגדול אלכסנדר
מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגענומען צווישן חסידי אלכסנדר די ידיעה רוממה איבער א מסע התעוררות וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א לקברי צדיקים אין פוילן, ובפרט צום עיר האבות אלכסנדר, ווען אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין לעלות ולראות ביים ציון המציונת פון הרה"ק בעל ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע ביומא דהילולא קדישא דעם קומענדיגן כ"ט טבת, ער"ח שבט, זונטאג בא. ביי די נסיעה וועלן זוכה זיין מיטצוהאלטן די נדיבים בעם ובוני הבית, וועלכע האבן…