באבוב 45

שובו בנים שובבים: האד' מבאבוב 45 פאררופט אסיפת התעוררות פאר עדת חסידי באבוב 45 לרגל ימי השובבים

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי אלפי חסידי באבוב 45 האבן זיך דעם זונטאג פארזאמעלט אינעם גרויסן ביהמ"ד החדש באבוב 45 אין בארא פארק, אויף אן ערשטמאליגן אסיפה נחוצה פאררופן דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א לרגל די ימי השובבים. ביים אסיפה האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט איבערגעגעבן פלאמפייערדיגע דברי ם חוצבים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים. דער רבי האט אנגעהויבן איבער די גרויסקייט פון…

Read more

מריחוק מקום: האד' מבאבוב-45 אדרעסירט טעלעפאניש אסיפת התעוררות אין ק"ק באבוב-45 לאנדאן

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש דעם זאת חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן צום אסיפת התעוררות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ק"ק באבוב 45 אין עיר הבירה לאנדאן, אין ליכט פון א שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם שמחת תורה ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד. די רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט מעורר געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי מוסר וכיבושין און געפאדערט פון די חסידים זיך…

Read more

אלפי חסידי באבוב אנטיילגענומען ביים מאסיוון "יחידי סגולה" דינער לטובת מוסדות באבוב

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש מאסן באבובער חסידים זענען דעם פארלאפענעם מוצאי שבת קודש ארויסגעקומען בהמוניהם צו שטיצן בגוף ובממון די ריזן תורה אימפעריע פון תלמוד תורה בני ציון און ישיבה קטנה כרם שלמה ד'באבוב, און בו בזמן ארויסצייגן הכרת הטוב צו די הונדערטער מחנכים און מרביצי תורה וואס לייגן אריין איבערמידליכע כוחות אין ילדי ציון היקרים. די מלווה מלכה איז פארגעקומען אין די פראכטפולע הייטנער זאל אינעם ריזן בנין התלמוד תורה וואס איז געווען הערליך און מלכותדיג אויסגערישט מיט א דריי…

Read more

חסידי באבוב גיבן אפ ברכת מזל טוב לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש חסידי באבוב האבן די וואך דאנערשטאג אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרגל דעם שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב. בשטומ"צ איז נכנס לברית האירוסין החתן המפולג א זון פון זיין זון הרה"צ ר' דוד האלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אהרן עסטרייכער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים אלעזר עסטרייכער…

Read more

האד' מבאבוב איז קובע מקום לתפילתו ביים צפון פליגל פון ביהמ"ד מחזק צו זיין דאס דאווענען צווישן די אינגעלייט

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש חסידי באבוב זענען דעם שבת איבערראשט געווארן ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז שלא כהרגלו געשטאנען בשעת די תפילות במשך שבת צווישן די אינגעלייט אין ביהמ"ד. דער שארפער צוגאנג פונעם באבובער רב שליט"א בעניני מורא מקדש איז ידוע לכל און בפרט צווישן חסידי באבוב, שוין לענגערע יארן טוט שוין דער רב שליט"א מעורר זיין דעם ציבור נישט צו רעדן ביים דאווענען, און באזונדער טוט דער רב שליט"א ארומגיין כסדר אין ביהמ"ד מעורר צו זיין דעם עולם נישט צו רעדן ביים דאווענען און…

Read more

בארא פארק: שמחת הברית פון הרך הנולד אור אייניקל ביי האדמור"ים מבאבוב 45 און סטריזוב

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני בישיבת אור ישראל בן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב שליט"א און אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן דער סטריזובער רבי אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצוה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.

Read more

אלפי בני ציון תלמידי תלמוד תורה ד'באבוב פייערן הכנסת ספר תורה לעי"נ הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה בונה ומקים הת"ת

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און עקסטאז האבן אלפי בני ציון היקרים תלמידי תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד אדיר ומרומם הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בנין התלמוד תורה, נדבת משפחת רובין המעטירה, קינדער פון הרבני הנגיד המרומם ר' לייבל רובין ע"ה מגדולי תומכי בית באבוב און בונה ומקים פונעם בנין התלמוד תורה הנקרא על שמו בנין לייבל רובין. שוין עטליכע וואכן וואס די קינדער גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד און אין די פארגאנגענע…

Read more

אלפי בני ציון תלמידי תלמוד תורה ד'באבוב פייערן הכנסת ספר תורה לעי"נ הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה בונה ומקים הת"ת

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און עקסטאז האבן אלפי בני ציון היקרים תלמידי תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד אדיר ומרומם הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בנין התלמוד תורה, נדבת משפחת רובין המעטירה, קינדער פון הרבני הנגיד המרומם ר' לייבל רובין ע"ה מגדולי תומכי בית באבוב און בונה ומקים פונעם בנין התלמוד תורה הנקרא על שמו בנין לייבל רובין. שוין עטליכע וואכן וואס די קינדער גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד און אין די פארגאנגענע…

Read more

תורה מציון: נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב-45 אין ירושלים וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז

מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב 45 תושבי עיר הקודש ירושלים, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין ירושלים. קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט משפחות" בליעה"ר, כן ירבו. שוין א לענגערע צייט וואס מ'פלאנירט צו גיין…

Read more