חסידי באבוב-45 פרייען זיך מיט בשמחתו הכפולה פון האד' מבאבוב-45 ביי שמחת התנאים פון חתן כלה אייניקלעך פון רבי'ן
דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב-45, האבן אנגעהויבן דאס יאר, מיט די שמחה הגדולה, די טאפעלטע שמחה בחצר הקודש, דער קישור החיתון פון חתן וכלה, ביידע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב – 45 שליט"א, וואס איז געשלאסן געווארן בשטומ"צ בסימן טוב ובמזל טוב. דער שידוך איז געשלאסן געווארן צווישן די צוויי זוהן פון רבי'ן שליט"א, הרה"צ שליט"א וואס האט ביי יעדן ארויסגעברענגט רגשי גיל ושמחה, ווען עס איז נכנס לברית האירוסין החתן המופלג הרב נפתלי צבי אונגער שליט"א, וואס טראגט דעם…