צדיק בא לעיר: האד' מביאלא נעמט אונטער ביקור הוד אין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואהודי בית ביאלא אין אמעריקע איבער'ן ביקור הוד וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א קיין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה. דער רבי נעמט איבער דעם באזוך אין ליכט פונעם שווערן מצב אינערהאלב די פארצווייגטע אימפעריע פון די מוסדות החינוך והישיבות הקדושים ביאלא, און די גרויסע כוללים-נעץ וואס איז מתנוסס לשם ולתהלה ברחבי ארה"ק, אין ירושלים, בני ברק,…