רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא אלס השלמה פון ימי הרחמים והרצון העעל"ט
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אלס השלמה פון די ימי הרחמים והרצון העעל"ט. אין די לעצטערע יאהרן איז איינגעפירט אין בעלזא דער מעמד הכוללות קוויטל מיוחד פאר די ילדי…