ביקורי קודש

חסידי צאנז ציילן די טעג צום ביקור מרומם פון האד' מצאנז אין ניו יארק; געהויבענער שבת התאחדות שב"ק פ' בשלח – שירה

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי עדת חסידי צאנז אין אמעריקע וועלכע קענען קוים ווארטן און ציילן שוין די טעג צום היסטארישן ביקור קודש ווען רבם ומאורם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן קיין אמעריקע, נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט שוין נישט באזוכט אויפ'ן אמעריקאנער באדן. ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געזאלט אנקומען קיין אמעריקא דעם לעצטן זומער נאכדעם וואס די רבי איז פארבעטן געווארן דורך הגאון הגדול רבי דוב…

Read more

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א באזוכט בהיכל קדשו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארה"ק לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ביתר, איז היינט אינדערפרי אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי א ברית לבן אחד מחסידיו וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב וועלכע האט געדינט אלס מוהל. נאכן ברית איז דער רב שליט"א אריין…

Read more

האד' מסאדיגורא וועט פראווענען געהויבענע שבת על אדמת קודש אינעם נאסטאלגישן סאדיגורא הויף אין תל אביב

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סאדיגורא מיטצוהאלטן די געהויבענע שבתא דריגלא בצל הקודש דעם קומענדיגן שבת פ' שמות, ווען כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט פראווענען א געהויבענע שבת אינעם הייליגן הויף פון זיינע זיידעס, מקום מגורי הקודש וואו די פריערדיגע סאדיגורא רבי'ס האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש אין דער שטאט תל אביב. ווי באקאנט איז די סאדיגורא הויף געווען קווארטירט אין שטאט תל אביב פון נאכן קריג, וואו דאס בית המדרש אויף רחוב פינקוס איז געווען א תל…

Read more

האד' מדזיקוב וויזניץ צוגאסט אויף שבת אין שטאט בני ברק | בילדער גאלעריע

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN פארלאפענעם שבת פ' ויגש איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק, כמנהגו פון רבי'ן יאר יערליך צו פראווענען א שבת מיט די חסידים אין בני ברק, די תפילות און טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אויף א געהויבענעם שטייגער בבית מדרשו אויף די בן יעקב גאס אין שטאט, וואו א הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן זיך דורכגעדרייט דורכאויס שבת נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם רבי'ן.

Read more

גייסטרייכע שבת אין מירון מיט האד' מישועת יעקב סקולען לאזט איבער גרויס חיזוק פאר תלמידי מוסד "חסד לאברהם"

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ. דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט געדאונט…

Read more

גייסטרייכע שבת אין מירון מיט האד' מישועת יעקב סקולען לאזט איבער גרויס חיזוק פאר תלמידי מוסד "חסד לאברהם"

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ. דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט געדאונט…

Read more

נקדמה פניו: חסידי ערלוי אין אייראפע וועלן מיטלעבן יו"ט'דיגע טעג ביי התרגשות'דיגע באזוך פון האד' מערלוי לרגל נישואי נכדתו

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי ערלוי בארצות אייראפע איבער'ן ביקור קודש ונרגשת וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לעיר הבירה לאנדאן, צו באשיינען על ראש שמחתו ביי די גרויסארטיגע חתונה פון אן אייניקל, וואס וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה המון חוגג. דעם רבי'נס נסיעה קיין חו"ל טראגט א רירנדע באדייט ביי חסידי ערלוי, אפגעבנדיג א שבח והודאה צום אויבערשטן על כל החסד, ווען דעם רבי'נס כוחות ערלויבן שוין…

Read more

כי בא אור"ך: געהויבענער שבת אין אנטווערפען מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי אנטווערפען האבן געהאט די זכי און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניותדיגן שבת במחיצת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. מידי שנה בשנה קומט דער רבי שליט"א מאציל זיין מהודו צווישן די תושבי העיר. אויך הי יאר איז דער געהויבענער שבת פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און לעכטיגע…

Read more