אפדעיט: אפעראציע ביי האד' מספינקא באקרוינט מיט הצלחה; כלל ישראל ווייטער מתפלל לרפואתו
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש יעצט נאכמיטאג אין אמעריקא האבן ספינקא חסידים אויפגענומען די גוטע נייעס, אז די אפעראציע וואס כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א איז אריבער אין שפיטאל, איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה. ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי היינט פארמיטאג אריבער א אפעראציע אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער רבי איז די לעצטע תקופה נישט בקו הבריאות ליידנדיג אויף פארשידענע מיחושים ל"ע. די רבי שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל, און וועט אין די קומענדיגע טעג זיך ווייטער…