גאב"ד צאנז י-ם

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע עקסטאז ציילן שוין חסידי צאנז איבער אמעריקע די שעה'ן ווען מ'וועט אט-אט זוכה זיין צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, מקבל צו זיין את פני הקודש פון מלכם ואורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער לאזט זיך דעם קומענדיגן מוצאי שבת וארא ארויס צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, די קהלה און מוסדות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי. אין די יעצטיגע טעג איז שוין באשטעטיגט געווארן די פולע פרטים פון די סדרי הימים דורכאויס דעם…

Read more

אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: א.פ. נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז – נתני' אין נאכפאלג פונעם אסיפת מועצת גדולי התורה וועלכער איז זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך דן צו זיין איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס. ביים אסיפה נעכטן נאכט במעונו פונעם צאנזער רבי'ן, זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת באיאן און דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער…

Read more

שיינעם מסיבת שבע ברכות אין אכסניא פון גאב"ד קרית צאנז ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט ביים שמחת השבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך גיסו הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס שליט"א מרבני קהילת צאנז קלויזענבורג, די שמחה איז פארגעקומען בבית האכסניא פונעם רב שליט"א אין שטוב פון הנגיד ר' יחזקאל שימאן הי"ו מחשובי חסידי צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק. צו די שמחה זענען געלאדענט געווארן די…

Read more

שיינע חתונה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע פארגעקומען אין בארא פארק באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ל"ש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה בבית צדיקים פון א אייניקל ביים שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א חתנא דבי נשיאה פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל מיט די חתן זון פון הרה"ג ר' מאיר בער קרויז שליט"א זון פון הגה"צ…

Read more

חסידי צאנז ציילן די טעג צום ביקור מרומם פון האד' מצאנז אין ניו יארק; געהויבענער שבת התאחדות שב"ק פ' בשלח – שירה

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי עדת חסידי צאנז אין אמעריקע וועלכע קענען קוים ווארטן און ציילן שוין די טעג צום היסטארישן ביקור קודש ווען רבם ומאורם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן קיין אמעריקע, נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט שוין נישט באזוכט אויפ'ן אמעריקאנער באדן. ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געזאלט אנקומען קיין אמעריקא דעם לעצטן זומער נאכדעם וואס די רבי איז פארבעטן געווארן דורך הגאון הגדול רבי דוב…

Read more

סימן טוב ומזל טוב: שידוך געשלאסן בחצרות צאנז – דזיקוב וויזניץ – סטראפקוב – מאקאווא

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט מוצאי צום עשרה בטבת איז פארגעקומען אין קרית צאנז די שמחת התנאים לרגל די קשרי החיתון פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין רמה ד' בית שמש זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א. צו די באשטימטער…

Read more

בורא רפואות: פלאנירער פון נייע אידישע שפיטאל אין לעיקוואד באזוכן האד' מצאנז און לניאדו שפיטאל

דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך א דעלעגאציע פון די "חמד" העלט-צענטער אין עיר התורה לעיקוואד. דער ציל פונעם באזוך אין קרית צאנז נתני' איז געווען כדי צו זען פונדערנאנט דער הלך ילך אינעם וועלט בארימטן "לניאדו שפיטאל" מיסודו של הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, בשעת די חמד העלט צענטער איז אין די פלאנירונגס שטאפלען אויפצושטעלן אן ערשטמאליגע "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד. די דעלעגאציע האט…

Read more

שיינער שידוך געשלאסן בחצר צאנז – מאקאווא – דזיקוב וויזניץ – סטראפקוב

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו – ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ  א הערליכע שידוך איז געשלאסן געווארן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, די שמחת הווארט איז פארגעקומען…

Read more