גזירת החינוך

אסיר ציון ר' אלעזר צדוק קאופמאן הי"ו ענדליך באפרייט נאך 138 טעג טורמע; מעמדי קבלת פנים בחוצות העיר ובבתי גדולי ישראל

מאנטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחאיאל רייכמאן נעכטן מאנטאג האבן טויזנטער בני ציון היקרים מקבל פנים געווען דעם גיבור החיל האברך החשוב ר' אלעזר צדוק קאופמאן שיחי' וועלכע איז די לעצטע פון די דריי אסירי ציון וואס זענען ארעסטירט געווארן ביי די מחאות און יאהוד פארגאנגענעם חודש תמוז, און האט פאר פיר לאנגע חדשים געשמאכטעט אין טורמע, גענצליך אפגעזונדערט פון די וועלט, מיט יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה. די דריי חשובע יונגעלייט…

Read more

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויס מיט שארפע בריוו קעגן פשרות איבער גיוס

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר א שארפע און דראמאטישע בריוו איז אין די טעג ערשינען פונעם פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אקעגן די יעצטיגע פלענער וואס ליגן אויפן טיש אנבאלאנגט די "חק הגיוס" אין כנסת המינים. דער רב שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א לענגערע און שארפע בריוו וועלכע ערהאלט אין זיך מערערע איינצלהייטן, אין וועלכע ער ברענגט ארויס זיין ווייטאג מעומק הלב אויף פארשידענע פראנטן, והצד השוה שבו זיין שארפע התנגדות אויפן "חק הגיוס" און אויף סיי וואס פאר א…

Read more

קלארע און אויפריכטיגע דיבורים פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א נאל געווינס פון ערוועלטע ניו יארקע מעיאר "מאמדאני"

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, האט נעכטן אין זיין וועכנטליכע שיעור אויף די ענגלישע שפראך, אדרעסירט מיט קלארע און שטייפע דיבורים ספעציעל פאר די אידן אין ניו יארק, די שטורמישע תקופה מיטן נייעם אריינגעוועלטער מעיאר "מאמדאני", זייענדיג דער ערשטער מוסלעמענער מעיאר אין די ניו יארק'ע היסטאריע. דער גאון שליט"א האט זיך באצויגן כלפי דאס וואס ער האט געהערט נאכזאגן אז חרד'ישע אידן אין ניו יארק זענען אנגעצויגן איבער…

Read more

ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א קעגן טויט שטראף געזעץ פאר טעראריסטן: ״התגרות לשמה אן קיין תועלת״

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לויט די קלארע הוראה ודעת תורה הברורה פונעם ראש ישיבה מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א האבן די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי היינט געשטימט קעגן א געזעץ וואס וועט ערלויבן צו געבן טויט שטראף פאר טעראריסטן, אין אן אפשטימונג וואס איז פארגעקומען היינטיגן מאנטאג אינעם כנסת. דער ראש הישיבה האט אויסגעשמועסט און קלארגעשטעלט זײן הכרעה, זאגנדיג אז עס איז דא פארהאן א ״חשש רודף״, היות צו שטימען פאר דעם געזעץ קען גורם זיין צו ״שפיכות דמים״ ה"י און…

Read more

געשאצטע האלב מיליאן אידן שרייען אויס קול מחאה קעגן גזירה נוראה פון גיוס בני ישיבות ביי "עצרת המיליאן" בחוצות ירושלים

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר , א. אייזנבאך דעם היינטיגן טאג דאנערשטאג פרשת לך לך איז א טאג וואס וועט איינגעקריצט ווערן בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית מיט גאלדענע אותיות, א טאג פון קידוש שם שמים ברבים, א טאג פון התגלות כבוד ה', א טאג פון הרמת קרן התורה והיראה, ווען א געשאצטע האלב מיליאן אידן האבן זיך פארזאמלט אויף די ירושלימ'ער הויפט גאסן, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות גדולי וצדיקי הדור…

Read more