הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א ענדגילטיג ערוועלט אלס רב פון שטאט געיטסהעד נאך אפציעלע וואלן
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די עיר התורה געיטסהעד האט די וואך זוכה געווען צו ערוועלן אן איש על העדה, ווען אן איבערוועגנדע מערהייט שטימען פון די שטאטישע חרדי'שע קהלה האבן בוחר געווען אלס זייער רב הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א רב דקהל עדת ישורון אין וואשינגטאן הייטס, און מלפנים דער רב אין דער שטאט לוצערן אין שווייץ, שטייענדיג נאך פינעף יאהר וואס דער שטאט האט נישט פארמאגט קיין שטאטס רב, זינט דער פריערדיגע מרא דאתרא הגאון ר' שרגא פייוויל ציממערמאן שליט"א האט זיך…