דאראג

במוצאי יום גילה: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א

מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט מוצאי שבת איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש דאראג די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' מרדכי קליין שליט"א מוואשארהעלי, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק, אינאיינעם מיטן מלוה מלכה בתופים ומחולות בראשות פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.

Read more

האד' מדאראג וויילט אין אתרא קדישא מירון אויף מנוחת הנפש | בילדער גאלעריע

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN פאריגן שבת פ' ויגש האט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון אויף אפרוה, פרייטאג ערב שבת נאך חצות איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דערנאך איז פארגעקומען אינעם חצר המערה די חאלאקע'ס פון עטליכע חסידים, וואו דער רבי האט אפגעשוירן די קינדער און מען האט געזונגען ניגוני מירון. שבת האט די רבי אפגעראכטן אין די אכסניא אין מירון…

Read more

שידוך שליסן פון החתן נכד האד' מדאראג עב"ג הכלה אייניקל פון אבד"ק מאור חיים ירושלים

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב קארלין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' וועלוויל ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שידראוויצקי שליט"א מסטרעטין, די שמחת הווארט איז פארגעקומען ערב שבת נאכמיטאג אין שטוב פון די זיידע…

Read more

דערהויבענע מעת לעת אין דאראג – אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג. די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג נאכמיטאג, ווען…

Read more