הארדענקא

האד' מהארדענקא באזוכט ביי האד' מטאלנא בחצר קדשו אין אשדוד

זונטאג פ' מקץ • כ"ד כסלו – ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג אוונט נאכן שבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מהארדענקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אין שטאט אשדוד, איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש טאלנא, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א. דער טאלנער רבי האט דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן קובע צו זיין א מזוזה ביי איינע פון די טירן אין ביהמ"ד, נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת לחיים. דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע ישיבה…

Read more

פרייליכע חתונה במעונו פון האד' מהארדענקא פארגעקומען אין שטאט בני ברק; פילע אדמור"ים ורבנים באטייליגט

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן פילצאליגע ידידים ומעריצים האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א,  די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' ישראל אהרן הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן מאנטשעסטער, מיט די חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וצהלה אין די זאלן פון כתר הרימון אין בני ברק. בראש השמחה האט זיך אנגעזעהן די געהויבענע זיידע כ"ק…

Read more