הגאון רבי דוב לאנדא

היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן האד' מבעלזא און ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא איבער גזירת הגיוס

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג שטייענדיג געציילטע שעהן איידער די אסיפת מועצת גדולי התורה וואס קומט פאר יעצט אויפדערנאכט אין ירושלים, האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א טעלעפאנירט צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דורכצוטוהן דעם שרעקליכן מצב מיטן גזירת הגיוס העומד על הפרק. די טעלעפאן געשפרעך איז צושטאנד געקומען נאך וואס אן אייניקל פונעם ראש הישיבה איז אראפגעפארן בשליחותו פונעם זיידן קיין קרית בעלזא. לענגערע מינוטן זענען די צוויי גדולי ישראל געזעצן ביים…

Read more

ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א קעגן טויט שטראף געזעץ פאר טעראריסטן: ״התגרות לשמה אן קיין תועלת״

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לויט די קלארע הוראה ודעת תורה הברורה פונעם ראש ישיבה מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א האבן די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי היינט געשטימט קעגן א געזעץ וואס וועט ערלויבן צו געבן טויט שטראף פאר טעראריסטן, אין אן אפשטימונג וואס איז פארגעקומען היינטיגן מאנטאג אינעם כנסת. דער ראש הישיבה האט אויסגעשמועסט און קלארגעשטעלט זײן הכרעה, זאגנדיג אז עס איז דא פארהאן א ״חשש רודף״, היות צו שטימען פאר דעם געזעץ קען גורם זיין צו ״שפיכות דמים״ ה"י און…

Read more

תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק

מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך. נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פון ארץ ישראל געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ציריך וואו א חשובע דעלעגאציע מראשי הקהילה האבן מקבל פנים געווען דעם משלחת…

Read more

זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאס אנדזשעלעס

דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות לאס אנדזשעלעס לעבט מיט געהויבענע טעג בצלם פון די גדולי ישראל שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן פון ארה"ק און פון אמעריקא, מיטן ציל אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות לטובת דער 'קרן עולם התורה',וואס דינט אלס דער רוקן ביין פון די עולם התורה בארה"ק אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת הגיוס. אין דעם יעצטיגן 'מסע חיזוק' האבן זיך אנגעשלאסן בראש וראשון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואוד,…

Read more

על פי קריאת גדולי ישראל: צענדליגער טויזנטער ערווארט ביי עצרת תפילה ומחאה ברחובה של עיר בני ברק איבער גזירת גיוס

מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש על פי קריאתם פון די גדולי ראשי הישיבות בארה"ק ובראשם הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן איבער א מאסיוון עצרת תפילה ומחאה וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען רבבות אלפי ישראל דרי ארה"ק אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס. במשך די לעצטע חדשים האט מען שוין אסאך געהערט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף כלל ישראל אין די איצטיגע טעג, מקיים צו…

Read more

קורצן ביקור חיזוק דורך מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין קליוולאנד לטובת דער קרן עולם התורה

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט טיפע באגייסטערונג האט די חרדישע אידנטום אין קליוואלנד אהייא מיטגעהאלטן די קורצע ביקור הוד פון מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע וואס האט ווידער מכתת רגליו געווען בטירחה דגברא רבה, מיטן קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער לטובת דער קרן עולם התורה וואס שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, אין ליכט פון די רעגירונגס שניטן מיט די גזירה פון גיוס בני הישיבות ה"י. נאך לענגערע טעג פון הכנה דרבה אינעם ווייטן…

Read more

ויסעו ויחנו: דעלעגאציע גדולי ישראל ערווארטעט אין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד לטובת "קרן עולם התורה"

מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלגענדיג א רייע היסטארישע מסעות וואס די גדולי הדור בארץ הקודש האבן אונטערגענומען אין די לעצטע אנדערטהאלבן יאהר, בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא צו אלע וועלט עקן אריינגערעכנט אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פאריז און אפילו אין די ווייטע מרחקים קיין דרום אמעריקא אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת די קרן עולם התורה וואס שטעלט צו די נויטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, איז באשטעטיגט געווארן אז די גדולי הדור וועלן…

Read more

גדולי ישראל נועדו: ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא באזוכט ביי האד' מוויזניץ לכבוד המועד

דאנערשטאג א' דחול המועד סוכות • י"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לברך ולהתברך בברכת החג. דער באזוך האט געדינט אלס ביקור גומלין, נאכן פריערדיגן באזוך פונעם וויזניצער רבי'ן ביים ראש הישיבה דעם ווינטער איידערן אפרייזן קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ראש הישיבה אין זיין פריוואטער סוכה ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ וואו עס זענען אנוועזנד…

Read more

וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ: טויזנטער בני תורה ביי דרשת התחזקות דורך ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר

מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען קיין…

Read more