הגה"צ יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא

אייגנארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה אין שיכון סקווירא פאר נייע ספר תורה פון ק"ק סקווירא אין רמה ד' בית שמש

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפאנעם וואך איידער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צום מקום הנופש אין קאליפארניע איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגער מעמד הכנסת ספר תורה בביתו נאווה קודש פון רבי'ן שליט"א, פארן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' יעקב יוסף אדלער הי"ו מחשובי תושבי שיכון סקווירא און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומעדיגן חודש שבט צום נייעם סקווירא שטיבל אין די אויפבליענדע רמה ד' געגענט אין בית שמש, אין שפיץ פונעם…

Read more

משלחת נכבדה פון ק"ק סקווירא אין מאנטריאל געלאדנט האד' מסקווירא אויף באזוך אין ליכט פון הרחבת גבולי הקדושה

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם מיטוואך נאכט איז ארויסגעקומען צו פארן פון מאנטריאל קאנאדא קיין שיכון סקווירא א משלחת נכבדה פון רבני סקווירא מאנטריאל אינאיינעם מיט די פני העדה און עסקני הקהלה, און זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פערזענליך איינלאדענען דעם רבי'ן צו קומען זען פונדערנאנט דעם הערליכן בלי און וואוקס בקרב הקהלה והמוסדות אין מאנטריאל וואס איז הולך וגדול מיט א געוואלדיגע הצלחה. דאס קומט אין א צייט וואס אין די לעצטערע וואכן האט מען…

Read more

שבת התכנסות פאר עדת חסידי סקווירא לאנדאן וועט פארקומען בראשות הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש חסידי סקווירא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען דעם אורח הגדול הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען בשערי העיר לאנדאן אויף א ביקור הוד בשליחות הקודש פונעם מר אביו דער סקווערער רבי שליט"א, לחיזוק ולביסוס הקהלה והמוסדות פון חסידי סקווירא אין לאנדאן. דער קלימאקס פון די געהויבענע ביקור כבוד וועט זיין דעם שבת קודש פרשת ויחי, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א "שבת התכנסות" פאר כלל…

Read more

כינוס פאר תלמידי ישיבה קטנות דחסידי סקווירא פון אלע סניפים לרגל התייסדות מפעל 'עוסקים בתורה'

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארלאפענעם מאנטאג זאת חנוכה האבן זיך פארזאמלט די אריבער זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יורק, ניו דזשערזי און קאנאדע, אויף אן ערשטמאליגן כינוס מיטן נאמען עוסקים בתורה. די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון די סקווירא ישיבות קטנות פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, שיכון סקווירא, מאנטיסאלאו, לעיקוואוד און מאנטריאל, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זון…

Read more

שיינעם שמחת השבע ברכות פון נכדת האד' מסקווירא אין שיכון סקווירא

מוצאי שב"ק פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN א שיינע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן לרגל די חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא, צוגעשטעלט דורכ'ן זיידן מצד החתן הגה"צ רבי אברהם משה גראס אבד"ק קערעסטיר בערבעשט אין איינע פון די זאלן אין סקווערער שטעטל בהשתתפות פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות די פעטער הגה"צ רבי מענדל גאלד אבד"ק לובלין, פון הרה"ג ר' ישי ליבערמאן אבד"ק למטה יששכר און פון די רבני הכשרות פון…

Read more

נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב. די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן פאר בעלי שמחה בעת…

Read more

נעילת השמחה אין חצה"ק סקווירא געפייערט ביי לעצטע שבע ברכות אינאיינעם מיט מעמד הסיומים

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN נאך די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש סקווירא האט נאכגעפאלגט א פרייליכע וואך פון שמחות שבע ברכות מדי לילה בלילה. צום הויכפונקט איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות און נעילת ימי השמחה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא במקהלות אלפי החסידים. די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט די סיומי מסכתות במסגרת עמוד יומי און דער סיום הלכות שבת במסגרת שונה הלכות. דער מחותן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א האט געמאכט דער סיום מסכתא…

Read more