מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש פארגאנגענעם שב"ק ויגש ז' טבת האבן תלמידי וחסידי קאשוי אפגעהאלטן די 7'טע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל. אין די טעג ארום די יארצייט זענען הונדערטער אידן געקומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אהל אדמור"י קאשוי אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילס נוא יארק יע"א, ווי אידישע קינדער האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויסבעטענדיג רפואות און ישועות למען הכלל והפרט אין זכות פונעם גרויסן צדיק. באסעס זענען געפארן פון אלע געגענטער צו ברענגען…