הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וועט פראווען הילולא פון "בת עין" אין די טעג בעפאר די יארצייט צו פארמיידן ביטול תורה
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די פלענער און דעטאלן פון די גרויסע הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זי"ע, בראשות המשפיע המפורסם הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. די הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין אינעם גרויסן טאג פון י"ב כסלו, ווערט יאר יערליך געפראוועט מיט א זעלטענע התרוממות ודביקות של שמחה דקדושה, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, אנגעהויבן מיטן סעודת הילולא רבתי וואו עס קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער אידן זיך…