להסיר מכשול: שערוריה אין לשכת ביד"ץ עדה החרדית איבער "געפרינטע מזוזות" פארקויפט פאר היימישע אידן
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די אנגייענדע שערוריה איבער די פסול'ע מזוזות וואס ווערן ליידער פארקויפט דורך שווינדלער מכשילי הרבים האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם מיטוואך אינעם בית דין הגדול שבירושלים, העדה החרדית, ווען די שרי התורה חברי הביד"ץ זענען ערציטערט געווארן ביים זען מיט די אויגן א פעקל "געפרינטע מזוזות" וואס איז פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד אין ירושלים. די מזוזות זענען געברענגט געווארן דורך א בחור וואס לערנט אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, אלס א געווענליכע באזוך…