הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע עקסטאז ציילן שוין חסידי צאנז איבער אמעריקע די שעה'ן ווען מ'וועט אט-אט זוכה זיין צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, מקבל צו זיין את פני הקודש פון מלכם ואורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער לאזט זיך דעם קומענדיגן מוצאי שבת וארא ארויס צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, די קהלה און מוסדות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי. אין די יעצטיגע טעג איז שוין באשטעטיגט געווארן די פולע פרטים פון די סדרי הימים דורכאויס דעם…