האד' מסערט וויזניץ באזוכט אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש לרגל פרישע הרחבת גבולים בקרב ק"ק סערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' בית שמש, וואו עס האט זיך אין די לעצטע תקופה אנטוויקלט א הערליכע קהילה ומוסדות דחסידי סערט וויזניץ. צוערשט איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח וואס די שטאטראט אין בית שמש האט דעזיגנירט פארן נייעם סערט וויזניצער ביהמ"ד, די רבי איז ארויף צו א דירה פון איינע פון די אינגעלייט, און פון דארט זיך אומגעקוקט אויפן שטח רחבת ידים, און קובע געווען…