הגאון רבי אברהם יהושע סאלווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק מיט שארפע מחאה אקעגן חק הגיוס אפשטימונג
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן פון הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק ביים ווענכטליכן "חומש רש"י שיעור" וואס קומט פאר א יעדע וואך מוצאי שבת קודש, וואו דער ראש הישיבה האט שארף אראפגעריסן די מפשרי פשרות וועלכע שטימען מיט מיטן חק הגיוס. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט א גרויסע ווייטאג אקעגן די איינשטימונג פונעם חוק הגיוס, זאגענדיג, אז דורכצופירן אזעלכע סארט זאכן קען נישט געטון ווערן מיט די אייגענע דעה,…