רבבות מישראל מיטגעלעבט לאנג שעה'דיגע התרוממות עילאה ביי ריזיגער מעמד "ירושלים של מעלה" בראשות האד' מסאטמאר
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א אייזנבאך טויזנטער חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט לאנג שעהדיגע התרוממות עילאה ביים געהויבענע מעמד "ירושלים של מעלה", וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט אין צענטער פון ירושלים עיר הקודש, בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד וועט געוויס איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין היסטאריע פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איבער דער גארער וועלט, ווען עס איז געגאסן געווארן די יסודות און אנגעפאנגען די מלאכת הבני' פונעם…