העדליין

דערהויבענע מעת לעת אין דאראג – אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג. די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג נאכמיטאג, ווען…

Read more

טויזנטער חסידים און תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענע טיש ליל שב"ק בצל האד' מתולדות אברהם יצחק | באריכט

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בני ציון און חסידי תולדות אברהם יצחק האבן מיטגעהאלטן א לעכטיגע שבת קודש בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א שבת פיל מיט שבח והודאה צום אייבערשטן, מלך ביופיו תחזינה עיננו, טראץ דעם וואס דער רבי שליט"א איז אריבער אין די לעצטערע פאר וואכן פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס זייענדיג אין שפיטאל, און אפילו דעם לעצטן וואך פון פרשת וירא האט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד אויסגעקוקט צו זיין גאר שווער זייענדיג אין א מצב סכנה ממש, האט מען ברוב…

Read more

מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן ליכטיגער שבת מלא דביקות און שמחה בצל הקודש פון האד' מלעלוב

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון אמעריקא כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א באזוך לרגל די חתונה פון אן אייניקל, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען דעם שבת שבע ברכות אין בני ברק ביי וועלכן די רבי האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש ווי טויזנטער אידן האבן זיך געווייקט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ידוע איבער די וועלט פאר…

Read more

מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן ליכטיגער שבת מלא דביקות און שמחה בצל הקודש פון האד' מלעלוב

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון אמעריקא כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א באזוך לרגל די חתונה פון אן אייניקל, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען דעם שבת שבע ברכות אין בני ברק ביי וועלכן די רבי האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש ווי טויזנטער אידן האבן זיך געווייקט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ידוע איבער די וועלט פאר…

Read more

להודות ולהלל: חסידי וויזניץ פייערן 24 יאר פון רבינס צוריקקער קיין וויזניץ בשילוב מיט שמחת האירוסין בחצה"ק

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחצר הקודש וויזניץ איז פאראיבער א שבת מרומם בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט געוויילט שבת בתוככי קרית וויזניץ אין בני ברק, נאך עטליכע וואכן זינט די ימים טובים וואס די רבי האט פארוויילט אין מושב אורה אויף אפרוה. במיוחד איז דעם שבת אפגעצייכנט געווארן דער צוויי הונדערט'סטע הילולא קדישא פונעם ראש שושליתא דדהא דער הייליגער אהבת שלום פון קאסוב און דער שבת יארצייט פונעם רבינס שווער כ"'ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל…

Read more

ולילה כיום יאיר: בני ברק מיטגעלעבט היסטארישע שמחה ביי חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א

מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך שווערע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות, אומגעקערט אהיים פון בני ברק, אין די פריע צופרי שעהן דעם דאנערשטאג, נאך'ן מיטלעבן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס איז אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, און האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן. ווי שוין באריכטעט איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די…

Read more

שיינער שמחת בר מצוה פון נכד דור רביעי ביי האד' מסאטמאר און נכד גיסו גאב"ד סאטמאר בארא פארק

פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים מיטגעהאלטן דעם שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, נכד דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב. דער בר מצוה בחור אלימלך אשכנזי נ"י, איז אור אייניקל פון רבי'ן שליט"א, נכד הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק, בן לבנו הרה"ג רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א. מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען…

Read more

המתאחדת בתורתך: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות אין די קאנטרי מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די שפאנונג ביי די הונדערטער ראחמיסטריווקא תלמידים – יוצאי ישיבה הק' מאור עינים ראחמיסטריווקא איז אויף די העכסטע שטאפלן, שטייענדיג א קארגע וואך אפגעריקט פון דעם זעלטן היסטארישן שבת פרשת חיי שרה, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק צו באשיינען דעם גייסטרייכן שבת "בצילו חימדתי" אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים יוצאי הישיבה. די שבת ברענגט ארויס נאסטאלגישע הרגשים ביי די יונגעלייט בוגרי הישיבה…

Read more

דרשת פתיחת הזמן דורך האד' מסאטמאר לתלמידי המתיבתא; פייערדיגע דברות קודש קעגן שינוי המסורה ביי חופות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין דעם דינסטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט אינעם ביהמ"ד הגדול צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה. דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי…

Read more

רעים אהובים: שיינעם מסיבת לחיים במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך לכבוד השמחה במעונו פון האד' מבאיאן

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני א באשיידענע מסיבת לחיים איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין ירושלים, לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנישואי נכדו החתן למזל טוב, וואו דער פוסק הדור שליט"א איז א פעטער ביי די שמחה, נאכדעם וואס די כלה איז אן אייניקל ביי אחיו הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען, א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר'…

Read more