האד' מסאדיגורא וועט פראווענען געהויבענע שבת על אדמת קודש אינעם נאסטאלגישן סאדיגורא הויף אין תל אביב
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סאדיגורא מיטצוהאלטן די געהויבענע שבתא דריגלא בצל הקודש דעם קומענדיגן שבת פ' שמות, ווען כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט פראווענען א געהויבענע שבת אינעם הייליגן הויף פון זיינע זיידעס, מקום מגורי הקודש וואו די פריערדיגע סאדיגורא רבי'ס האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש אין דער שטאט תל אביב. ווי באקאנט איז די סאדיגורא הויף געווען קווארטירט אין שטאט תל אביב פון נאכן קריג, וואו דאס בית המדרש אויף רחוב פינקוס איז געווען א תל…