העדליין

האד' מוויען באזוכט בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארה"ק; געהויבענעם שבת התאחדות מיט בחורי החסידות אין ירושלים

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אונטערגענומען א קורצן געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און האט געפראוועט א שבת מרומם אין עיה"ק ירושלים מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דורכאויס די וואכן טעג האט דער רבי שליט"א געדאוונט די תפילות אין ביהמ"ד פאפא אויף רח' יואל, דאנערשטאג האט די רב עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען פונעם חשובן גאסט. אין לויף פונעם…

Read more

נייע ארגון "קומי אורי" געגרינדעט דורך חצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה מקרב צו זיין לבבות ישראל לאבינו שבשמים

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין א היסטארישע ווענדפונקט איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א א נייע "קירוב ארגיניזאציע" מיטן נאמען "קומי אורי" ווי עס ווערט אוועקגעשטעלט א ספעציעלע קבוצה חסידי סערט וויזניץ ארומצוגיין און מקרב זיין שוואכערע אידן פון שטאט חיפה און די ארומיגע צפון שטעט, וועלכע האבן א צמאון און א מבוקש נתקרב צו ווערן לאבינו שבשמים. דער  ארגאניזאציע ווערט אוועקגעשטעלט, נאך די לעצטערע פאר יאר זינט די ביטערע "שמחת תורה מלחמה" אין יאר תשפ"ד, ווען גאר…

Read more

למען הציל: שטורמישע אסיפת הרבנים אין ירושלים קעגן גזירה איומה פון געפלאנטן חוק הגיוס היל"ת

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש א היסטארישע אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן דעם נעכטיגן זונטאג און עיר הקודש ירושלים, ווען א רייע גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים און משפיעים פון די חסידישע און ספרדישע קרייזן פון גאנצן לאנד האבן זיך פארזאמלט, צו באהאנדלן די שרעקליכע מצב אנבאלאנגט דעם גזירת גיוס הנוראה וועלכע פארשטערקערט זיך מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ובפרט מיטן פינסטערן חוק הגיוס וועלכע ווארט אין די קומענדיגע טעג און וואכן אויף אן אפשטימונג אין כנסת, וואס לויטעט איבערצוגעבן א גרעסערע…

Read more

למען הציל: שטורמישע אסיפת הרבנים אין ירושלים קעגן גזירה איומה פון געפלאנטן חוק הגיוס היל"ת

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש א היסטארישע אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן דעם נעכטיגן זונטאג און עיר הקודש ירושלים, ווען א רייע גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים און משפיעים פון די חסידישע און ספרדישע קרייזן פון גאנצן לאנד האבן זיך פארזאמלט, צו באהאנדלן די שרעקליכע מצב אנבאלאנגט דעם גזירת גיוס הנוראה וועלכע פארשטערקערט זיך מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ובפרט מיטן פינסטערן חוק הגיוס וועלכע ווארט אין די קומענדיגע טעג און וואכן אויף אן אפשטימונג אין כנסת, וואס לויטעט איבערצוגעבן א גרעסערע…

Read more

פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט״א פארברענגט א גיוס באפעל פון א ישיבה בחור ביי מעמד שריפת הפתילות

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש אן אינטערסאנטע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם דאנערשטאג במעון קדשו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווען דער גאון שליט"א האט פארברענט א 'צו גיוס' וואס איז אין די טעג אנגעקומען צו א ישיבה בחור. די עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם דאנערשטאג ביים מעמד 'שריפת הפתילות' אין שטוב פונעם פוסק הדור שליט"א, וואס איז געווען מיט די באטייליגונג פון די חברי הכולל 'תשובות והנהגות'. איידער די מעמד, האט דער ראש המצילים העסקן…

Read more

אויסטערלישע שמחה ביי חגיגת הכנסת ספר תורה אין ראחמיסטירווקא הויף נדבת הנגיד החסיד רר זרח גליק הי"ו

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט גרויס שמחת התורה האבן פילע חסידי ראחמיסטריווקא אין עיה"ק ירושלים אנטיילגענומען ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעגבן געווארן דורך הנגיד החסיד רבי זרח גליק הי"ו פון בארא פארק איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה מהודר לעילוי נשמתם פון זיינע עלטערן, און לזכותו ולכבודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. די ספר תורה איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן צום גרויסן…

Read more

בקשו רחמים: האד' מספינקא וועט אריבערגיין אפעראציע מארגן מאנטאג אין מאנהעטן

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש חסידי ספינקא זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אז דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין אן אפעראציע מארגן מאנטאג פארמיטאג. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה אויף פארישידענע מיחושים און קאמפליקאציעס, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א געוויסע פראצעדור, וועט מען קענען גרינגער…

Read more

חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק לעי"נ הרה"ח ר' דוד משה דייטש ז"ל

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן בחוצות ירושלים פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, לע"נ הרב החסיד ר' דוד משה דייטש ע"ה, די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך די חברי השיעור וואס ר' דוד משה ז"ל פלעג איבערגעבן טאג טעגליך אין ביהמ"ד. אין די טעג בעפאר די מעמד זענען די קינדער און נדבני הספר תורה ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל, אריינצושרייבן די לעצטע אותיות…

Read more