שיינעם שבת של שמחה אין ק"ק ספינקא לעיקוואד לרגל באווארפן פון החתן בן הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ספינקא חסידים גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום גרויסן שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, החתן בנו הגדול פון בנו חביבו ויקירו הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואוד, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א, ראש ישיבת ווילרייק, חתן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א בעל ויען דוד, וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג אין שטאט בארא פארק. עקסטער טראגט די שמחת החתונה א גרויסע…