העד-ליין-3

הערליכער שמחת בר מצוה פון נכד האד' מוויזניץ זון פון בנו הגדול אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק פארגעקומען אין בארא פארק

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם מיטוואך תולדות איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הבר מצוה פון הילד יניק וחכים משה יהושע האגער נ"י זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין בארא פארק, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן ציבור אין אמעריקא מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה נאכן שמחת הבר מצוה וואס איז…

Read more

וראה בנים לבניך: מעמד הנחת תפלין פון אייניקל ביי האד' מראחוב זוהן פון בנו האד' ממעזיבוזש

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר לרגל שמחת הבר מצווה פון הב' משה ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, איז היינט אינדערפרי פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדומ"ר מראחוב שליט"א אין די רמת גן געגענט נעבן בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין פאטער מיטן הנחת תפילין. נאכן ווארימע דאווענען איז אפגעראכטן…

Read more

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן די וואך האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ירושלים במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די מסע המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר. הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן דאסט מיט גרויס שמחה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ועניני דיומא, נאכן באזוך האבן זיך די צוויי מאורות הגדולים געזעגענט בברכות לרוב.

Read more

לקיים בנו חכמי ישראל: הגה"צ אבד"ק יאזלאוויץ שליט"א אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב שווערע אינפעקציע

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט מוצאי שבת קודש איז הגה"צ רבי משה מאיר לעדערמאן שליט"א אבד"ק יאזלאוויץ וראש ישיבת טל תורה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד צוליב א שווערע אינפעקציע וואס האט באטראפן דעם רב שליט"א. דער רב שליט"א האט געליטן שווערע יסורים אין לויף פון שבת, און שפעט ביינאכט מוצאי שבת איז ער אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק פאר באלדיגע אונטערזוכונגען. וואו עס שיינט ליידט דער רב שליט"א פון א…

Read more

עולם החסידות אין טרויער מיט הסתלקות פון הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ״ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די בשורה לא טובה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון רב האי גאון וצדיק חסידא ופרישא מפארי הרבנים שבירושלים, הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ״ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און זיבציג יאר. דער רב זצ"ל איז געבוירן חודש אב שנת תשי"ב אין שטאט חיפה אלס די צווייטער זון צו זיין פאטער הגה"צ רבי משה האגער זצ"ל ראש ישיבת סערט וויזניץ בעל ברכת משה זון…

Read more

מעמד הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד וויזניץ אין סטעטן איילענד אין שפיץ פון האד' מוויזניץ בארא פארק

מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד חסידי וויזניץ אין סטעטן איילענד נדבת הרב מיכל פעפערקארן לע"נ בנו הילד חיים מנחם מענדל ע"ה, די מעמד איז געווען בראשות ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די תהלוכת הספר און דערנאך אפגעראכטן די הקפות אין ביהמ"ד.

Read more

בזמן שהצדיק בעיר: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען אויף קורצן באזוך קיין ניו יארק

מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא זענען מלאים התרגשות זיך גרייטנדיג לקבל פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער איז ערווארטעט די וואך אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק, לחזק עדת צאן מרעיתו מעבר לים. די רבי שליט"א וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק דעם דינסטאג ויצא פארמיטאג און וועט זיך אויפהאלטן אין בארא פארק די נאכפאלגנדע צוויי טעג. דורכאויס דעם קורצן באזוך וועט די רבי מתפלל זיין על קברו פון זיין פאטער הרה"ח המפואר ר' עזרא יעקב…

Read more

האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים מיטן גזירת גיוס

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אלס השלמה נאך די שבעה פון זיינס א ברודער. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א גאר שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג מיטן גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא. איבער דעם ענין האט…

Read more

בר מצוה פון א אור אייניקל ביי האדמור"ים מאלכסנדר און קאפיטשניץ פארגעקומען אין שטאט קרית גת

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' אברהם יעקב פלינטנשטיין שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב יואל ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל נר אברהם אין קרית גת.

Read more