הונדערטער אידן אנגעקומען קיין באפעלא צום הילולא פון הרה"ק רבי אליהו יוסף מליניץ זצוק"ל ערשטער רבי על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער די בני ברק'ער גאסן ארום רחוב שלמה המלך האבן די פארלאפענע מעת לעת געווירבלט מיט אן אומאויפהערליכע גערויש פון הונדערטער "צעמענט טראקס" וואס האבן זיך געשלענגעלט און געמאכט זייער וועג צום גיגאנטישן שטח הבני' וואו ס'ווערט געבויט דער בית אדיר וקדוש, דער נייער "מרכז העולמי" ישועות משה וויזניץ, וואו ס'איז דורכגעפירט געווארן נאך א גאר קריטישע בוי שטאפל אין די פארצווייגטע בוי-פראיעקט וואס שפאנט העפטיג פאראויס לנצח על…
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה,JDN מיט גרויס התעוררות איז ביי מאקאווא חסידים און תלמידים אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין קרית אתא, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט מפיץ געווען תורה ויראה פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד. מאנטאג נאכט בליל ההילולא, איז דער רב שליט"א ערשינען אין די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין קרית אתא, וואס איז געעפנט…
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'. דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א וויזיט…
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון הגה״צ אבד״ק סאטמאר…
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדוה איז דעם דינסטאג נאכט פארגעקומען די שמחת הלחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת יחידה ביי הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט החתן הרב משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל זוהן פון הרה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל מבריגל און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר. די מסיבת לחיים איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב…
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אשל אברהם דחסידי סטריקוב אין שכונת קנה בושם אין בית שמש, נדבת משפחת דימינסקי, דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועלכער האט באגלייט די תהלוכת הספר און דערנאך געפראוועט די הקפות אין ביהמ"ד און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג. שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצוה לגומרה של תורה…
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם דאנערשטאג געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין די הויפן פון בית יצחק ספינקא – ראחוב – מאדא, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה בקול צהלה ורינה. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא…
מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש