העד-ליין-3

הרחיבי מקום אהלך: נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד איז אין די יעצטיגער וואכן געגרינדעט געווארן א נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין, אלס אן אפצווייג פון די קהילה הקדושה קארלין סטאלין אינעם דערנעבנדיגער עיר התורה לעיקוואד. נאך וואס עטליכע און צוואנציג היימישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין האוועל, בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם מקום מושב אז עס…

Read more

חבורת בחורים דק"ק וויען פייערן סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד, תלמידים און חסידים פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די "חבורת בחורים", האבן מיט גרויס התרגשות געפייערט דעם סיום ספר הקודש מאור ושמש און די התחלה פון ספר הקודש סידורו של שבת, ביים גרויסן מעמד וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש לך, מחזק צו זיין דער לימוד ספרי חסידות אויף א געהויבענעם שטייגער. די חבורה פון די וויענער בחורים גייט אן שוין א לענגערע צייט, ווען די בחורים הערן כסדר דברי חיזוק און הדרכה פון…

Read more

תפילת רבים: מעמד עצרת תפלה והתעוררות לרפאות כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אויף א גרויסע עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן ספר תורה השרוי בצער, רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה. די גרויסע עצרת איז געווען אין שפיץ…

Read more

מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שרעקליכן קאר עקסידענט

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם דאנערשטאג העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און להבלחט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זוהן, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית אתא קיין חיפה….

Read more

בארא פארק לבשה חג: שמחת החתונה אין הויפן פון מאשאלאו – קאלוב – אוהעל – קאסאן הילקרעסט

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט התרגשות פון שמחה האבן זיך תלמידי וחסידי מאשאלאו מיטגעפריידט ביי די געהויבענע ימי שמחה אינעם רבינס הויף, בנישואי בתו הכלה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אויף א מלכות’דיגן פארנעם, מיטוואך נח אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין שטאט בארא פארק בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה תחי’, טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלאו שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיטן חתן הרב מנחם ישראל שליט"א בן…

Read more

שווערע פארלוסט אין וויזניץ נאך פלוצלינגדיגע פטירה פון הגאון רבי אליעזר מאיראוויטש זצ"ל דיין ומורה צדק בק"ק וויזניץ

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שווערע פארלוסט האט היינט באטראפן די וויזניצער קהילה אין ארץ ישראל, מיטן אנקום פון די שווערע בשורה, איבער די פלוצלינגדיגע פטירה פון  האי גאון וחסיד מגדולי המורים הרב הגאון רבי אליעזר מאיראוויטש זצ"ל, דיין ומורה צדק בק"ק וויזניץ, וועלכער האט היינט מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין עלטער פון 71 יאהר. דער דיין ז"ל איז היינט אדורך א געפלאנטע אפעראציע אין די איכילוב שפיטאל, און באלד נאכן אפעראציע, האט ער פלוצים ל"ע געליטן א מאסיווע הארץ אטאקע, און א…

Read more

יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא

מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא אינאיינעם…

Read more