אהל הק' פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל וואנדאליזירט; פאליציי אין געיעג נאך די פארברעכער
מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש חסידי טאהש אומעטום און תושבי קרית טאהש בפרט, האבן מיט אנגסט אויפגענומען די ידיעה איבער דעם חילול הקודש אינעם אהל פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל, וואס איז וואנדאליזירט געווארן דורך א גרופע כוליגאנעס וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם אהל הק'. די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אינעם אהל פארלאפענעם מוצש״ק, וואס איז דאן שפעט אויפדערנאכט געווען ליידיג פון מתפללים, און ווי מ׳זעט אויף די זיכערהייט קאמערעס, האבן זיי בעיקר געזוכט צו באראבעווען די געלטער פון די…