טשערנאביל ארה"ק

בוני ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין בני ברק וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין דאוואס

מיטוואך פ' ויחי • י"א טבת | בחצרות הקודש מיט א רגש עילאה איז אויפגענומען געווארן ביי חסידי טשערנאביל אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת שמות וועט געגעבן ווערן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די גרעסערע נדיבים און בונים פונעם בנין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, צו מיטהאלטן אן אייגנארטיגע שבת בצילא דמהימנותא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כשהמלך בשדה אין שטעטל דאוואס אין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך דאן אויפהאלטן למנוחת נפשו הטהורה. ווי באקאנט איז מיט נאנט צו א יאר צוריק אריין אין שוואונג…

Read more

מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אלס א ריכטיגע…

Read more

יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא

מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא אינאיינעם…

Read more